שמואל נופר
New member
מקור השיר 'אחלוץ את נעלי'
כ'וועל אויסטאן די שיך" (אחלוץ את נעליי). השיר זכה בעבר לביצועים של יוסף בולוף
ו Chava Alberstein - חוה אלברשטיין. סופ"ש נעים וחמים סמל ההבעה smile
כ'וועל אויסטאן די שיך און דעם טרויער
און קומעם צו דיר צוריק
אט אזוי ווי איך בין א פארשפילטער
און שטעלן זיך פאר דיין בליק
מיין גאט, מיין האר, מיין באשאפער
לייטער מיך אויס אין דיין שיין
אט ליג איך פאר דיר אויף א וואלקן
פארוויג מיך און שלעפער מיך איין
און רעד צו מיר גוטע ווערטער
און זאג מיר, אז איך בין דיין קינד
און קוש מיר אראפ פונעם שטערן
די צייכנס פון מיינע זינד
איך האב דאך געטאן דיין שליחות
און געטראגן דיין געטלעך ליד
צי בין איך דען שולדיק וואס ס'גראמט זיך
על-פי טעות "ייד" מיט "ליד"
צי בין איך דען שולדיק, וואס ס'גראמט זיך
על פי טעות "שיין" מיט "געוויין"
און די בענקשאפט, די אמתע בענקשאפט
וואגלט כסדר אליין
צי בין איך דען שולדיק,דערלויכטער
וואס כ'בין איצט דערשלאגן און מיד
און לייג דיר אוועק צופוסנס
דאס דאזיקע מידע ליד
מיין גאט, מיין האר, מיין באשאפער
לייטער מיך אויס אין דיין שיין
אט ליג איך פאר דיר אויף א וואלקן
פארוויג מיך און שלעפער מיך איין
כ'וועל אויסטאן די שיך" (אחלוץ את נעליי). השיר זכה בעבר לביצועים של יוסף בולוף
ו Chava Alberstein - חוה אלברשטיין. סופ"ש נעים וחמים סמל ההבעה smile
כ'וועל אויסטאן די שיך און דעם טרויער
און קומעם צו דיר צוריק
אט אזוי ווי איך בין א פארשפילטער
און שטעלן זיך פאר דיין בליק
מיין גאט, מיין האר, מיין באשאפער
לייטער מיך אויס אין דיין שיין
אט ליג איך פאר דיר אויף א וואלקן
פארוויג מיך און שלעפער מיך איין
און רעד צו מיר גוטע ווערטער
און זאג מיר, אז איך בין דיין קינד
און קוש מיר אראפ פונעם שטערן
די צייכנס פון מיינע זינד
איך האב דאך געטאן דיין שליחות
און געטראגן דיין געטלעך ליד
צי בין איך דען שולדיק וואס ס'גראמט זיך
על-פי טעות "ייד" מיט "ליד"
צי בין איך דען שולדיק, וואס ס'גראמט זיך
על פי טעות "שיין" מיט "געוויין"
און די בענקשאפט, די אמתע בענקשאפט
וואגלט כסדר אליין
צי בין איך דען שולדיק,דערלויכטער
וואס כ'בין איצט דערשלאגן און מיד
און לייג דיר אוועק צופוסנס
דאס דאזיקע מידע ליד
מיין גאט, מיין האר, מיין באשאפער
לייטער מיך אויס אין דיין שיין
אט ליג איך פאר דיר אויף א וואלקן
פארוויג מיך און שלעפער מיך איין