משהו אקטואלי . . .

מיכאל אבידן

Member
מנהל
משהו אקטואלי . . .


'קארונא כאאס' אין ניו יורק
די כאאס פון קארונא שפרייט אויס אירע פליגלען קיין ניו יורק ווען גאווענער פון ניו יורק און ניו דזורסי האט פראקלאמירט אז אנגעהויבן פון קומענדיגן דינסטאג איז נישט ערלויבט פאר מער פון 'פופציג מענטשן' זיך צוזאמצוקומען אויף איין פלאץ. די נייע דעקלעראציע נעמט אריין אין זיך מניני התפלות, בתי מדרשים, היכלי התורה און אויך חתונה זאלן און וועט עווענטועל אריבערברענגען די קאטעסטראפע וועלכע שפילט זיך אפ אין מדינת ישראל קיין ניו יורק. אין די יעצטיגע שעות קומען פאהר נאכאנאנדע בארוטונגען צווישן די עסקנים און הנהלת המוסדות איבער די ווייטערדיגע פארשריט אין ליכט פון די נייע געזעצן און פילע יודן וועלכע האבן געפלאנט חתונה צו מאכן די וואך וועלן ווי עס שיינט, נישט קענען פראווענען די חתונות אין זאלן נאר אין די בתי מדרשים, אזוי ווי עס איז איינגעפירט געווארן אין מדינת ישראל.

קראונא שאפט פרישע גזירות אין מדינת ישראל
די מדינת ישראל רעגירונג האט זיך נישט באגעניגט מיט די ביז יעצטיגע גאר שטרענגע מאסנאמען וואס זי האט אונטערגענומען אין ליכט פון די קארונע, און האבן ארויסגעשטעלט פרישע גזירות און רעגולאציעס וואס וועט נאך מער איינצוימען און פארשווערן דאס לעבן פון די ארטיגע איינוואוינער אויף א פארנעם וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען. לויט די פרישע געזעצן וועלן זיך אלע מקוואות פארשליסן און עס איז נישט ערלויבט אז מער ווי צעהן מענטשן זאלן זיך צוזאמענקומען אויף איין פלאץ אין די זעלבע צייט. די נייע גזירות טוט אנזייען א שרעקליכע כאאס און פאניק אין מדינת ישראל נאכדעם וואס דאס באדייט אז עס וועלן זיך פארשליסן אלע מקוואות, תלמודי תורה, ישיבות, כוללים, בתי מדרשים און אויך חתונות און שמחות. א וויזניצ'ע חסיד וועלכע האט געזאלט חתונה מאכן די וואך אין בני ברק האט געפראוועט די חתונה היינטיגן מוצאי שבת אין חצר פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ווי דעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' יצחק ישעי' שליט"א איז געווען דער מסדר קידושין. אנדערע יודן וועלכע דארפן חתונה מאכן די וואך האבן דערווייל נאכנישט געטראפן א זאל וואס וועט מסכים זיין נישט אויסצופאלגען די שטאטישע רעגולאציעס און אסאך.
 

חייםלוי

Member
מנהל
א שיינעם דאנק

אצלם מותר שיהיו באירועים עד 50 איש. כתוב שם שיש בישראל כאוס איום. לא יודע מאיפה לקחו את זה
 
למעלה