הנה השיר
אַ בלימעלע פון אָריענט דו ביסט אַ בלימל פון אָריענט! אין דיַיַנע אויגן גליט און ברענט די מזרח-נאַכט אין שוואַרצער פּראַכט, פון פיַיַלן זיַיַדענע באַוואַכט... שטרעק אויס דיַיַן מויל – דעם רויטן כּוס, און זאָלסט ניט פרעגן מיך צו וואָס; שטרעק אויס די אָרעמס און ניט פרעג, וווּהין עס פירט דער ליבעוועג... און נעם אַרום!... ניט פרעג... פאַרגעס! עס וועט געשען אַ העלער נס! עס מוז אַ גרויסעס גליק געשען, אַזאַ, וואָס איז נאָך ניט געווען!... נייג אָן זשע נאָענט צו מיר דיַיַן קאָפּ... נו, קוש מיך הייס! ניט ריַיַס זיך אָפּ. אַזוי... און נאָך אַ מאָל... ווי ס´ברענט!... דאָס איז דער פיַיַער פון אָריענט!... אויך דאס ליד איז פון לייב ניַיַדוס, אבער ער איז ניט דער איינציקער וואס האט געשריבן עראטישע לידער. דאס קומענדיקע מאל, מירצעשעם, – א ליד-צוויי פון ציליע דראפקין. האט הנאה