ס´איז א גאנצע תורה
אין די ערשטע יארן פון די יידישע פרעסע האבן כמעט אלע שרייבער, באוווסטע און נישט באוווסטע, אונטערגעחתמעט מיט פסעוודאנימען. וואס מער די צייט איז אריבער האבן אט די זעלבע שרייבער אנגהייבן פארלאזן זייערע פסעוודאנימען און אונטערחתמענען מיט זייערע אמתע נעמען. איך מיין אז די עיקר-סיבה פאר דער דערשיינונג איז ווייל אין די ערשטע יארן פון דער יידישער פרעסע האבן זיי זיך א ביסל געשעמט צו מפרסם זיין ווער זיי זענען, ווייל ס´איז געווען אזא "פאלקס-רעדעניש" אז צייטונגען זענען נישט קיין ערנסטע און מכובדיקע פלאץ צו פארעפנטלען ליטערארישע ווערק. פון די זעלבע סיבה האבן אט א די זעלבע שרייבער יא אונטערגשעשריבן זייערע נעמען אין די ביכר וואס זיי האבן פובליקירט, ווייל א בוך איז שוין א ערנסטע מעשה. דאס זעלבסט אין דער אינטערנט. היינט-צו-טאג מיין איך אז איך קען שוין שרייבן מיט מיין רעגולערן נאמען - נועם סטאריק. ס´מיר שוין נישט וויכטיק מ´זאל מיר דערקענען ווי "דער משומד" אדער "ייִדישיסט" און נישט "פנים-מול- פנים". ס´שוין נישטא קיין חשש אז די אינטערנעט איז א נבלה סרוחה און מע דארך זיך באזייטיקן פון איר. דאס איז די גאנצע תורה!