ניגונים ומחולות של יהודי אשכנז

ניגונים ומחולות של יהודי אשכנז

טייערע פריינד, א ווונדערבארע ידיעה! אין בית שלום-עליכם אין תל-אביב וועט אין גיכן פארקומען א קורס געווידמעט די ניגונים און טענץ פון אשכנזישע יידן. מיטן קורס וועט אנפירן פראפ´ זאב פעלדמאן, מוזיקער און פארשער פון אן אינטארנאציאנאלן רענאמע, וואס ארבעט איצט אויף א בוך געווידמעט דער טעמע. א באקאנטשאפט-טרעפונג וועט פארקומען דעם 11טן פעברוארת 4.30 אזייגער נאכמיטאג, אין בית שלום עליכם, ברקוביץ 4, תל-אביב. מען קאן באקומען מער פרטים דורכן טעלעפאן 03-6956513 לאזט ניט דורך אזא געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט דער רייכקייט פון אונדזערע ניגונים און טענץ!!! מזל-טוב!!!
 
ברוכים-הבאים ../images/Emo141.gif

אינטערעסאַנט אַז אין דעם גאַנצן אַרטיקל ווערט נישט דערמאָנט אפֿילו איין מאָל דאָס וואָרט ײִדיש, כאָטש ס´איז זיכער אַז אַלץ וועט דאָרט פֿאָרקומען אויף ײִדיש. דאָס הײסט שטאָלצקײט מיט ײִדיש. מע דאַרף אַפֿילו נישט פֿאַרצײכענען אַז מע וועט פּראַווען אויף ײִדיש, ס´איז דען דאָ אַ צווײטע שפּראַך פֿון די אַשכּנזער ײִדן
 
למעלה