דער אמת, מיר איז אויכעט
איינגעפאלען ביי אסוציאציע די ווערטער קיטור מיט אדים אבער אז איך האב אריינגעטראכט האב איך געזעהן אז איך ווייס נישט די אונטערשייד צווישען זיי. ס´ריכטיג, אז פאר א קליינע פארע זאגט מען פארע, אבער איך האב שוין געזעהן אין ביכער אז מ´זאל שרייבען "די דאמפף האט האט זיך געהייבען אין מקוה, פארנעפלענדיג זיין געזיכט" צו עפעס עהנליך, נישט היינטיגע ביכער נאר פון פאר די קריעג. איך האב געקלערט אז ס´האט סתם אזוי צו טאן מיט די גרויסקייט, נישט מיט מאשינען, אבער איך האב געוואלט הערען וואס אנדערע זאגען.