עונג @ יום-טובֿ, נומ´ 6

עונג @ יום-טובֿ, נומ´ 6

7.9.2002 גליון חגיגי לשנה החדשה הבאה עלינו לטובה. ___________________ הגליונות הקודמים: 1-5
 
כתיבתו של מיכאל פֿעלזענבוים

מתוך "אַ גלעקל פֿון באָניפֿאַרטן", טאָפּלפּונקט, 5, עמ´ 18. דער חודש תּשרי האָט קודם אָפּקגעוויינט און אָפּגעדאַוונט, דערנאָכדעם אָפּגעפֿאַסט און אָפּגעטאַנצט. אַ נײַ-געבוירענער ווינטל האָט צעזייט און צעטראָגן דעם סכך פֿון די צעשמעטערטע סוכּות און די זון האָט פֿאַרברוינט די אַרויסגעוואָרפֿענע לולבֿים. אויסגעקושטע מאַנטלעך פֿון די ספֿר-תּורות זײַנען אויסגעטריקנט געוואָרן און דעמאָלט האָט דער אָסיען אָנגעהויבן בענקען נאָך תּפֿילת-טל, ווי נאָך דעם פֿרילינגטוי. הסיפור מסתיים כך: … אַ קליין פֿעדערל איז געלעגן אונטער באָבע שפֿרהס נאָזלעכער און האָט זיך ניט גערירט. און אין דער רגע איז געבוירן געוואָרן די שורה – "פֿריִער איז דאָ געווען אַ סאָד [=פּרדס, ייִ], נאָר די צײַט האָט אים אויגעוואָרצלט…" הסיפור הוא מעין כרונולוגיה של משפחה שעלתה מרוסיה לישראל, זכרונות מימי הפרעות וטיולים למזרח מתערבבים לשרשרת משפחתית. הקטעים שציטטתי מהווים דוגמית לכתיבתו של מיכאל, הם אינם מייצגים את אופי הסיפור אלא משקפים את כשרונו של הסופר. מיכאל פֿעלזענבוים, סופר ומשורר פורה ומעניין. נולד ב-1951 באוקראינה, חי בבסרביה, עלה לישראל בשנת 1991. פירסם סיפורים ושירים בכתבי עת שונים, פירסם שלושה ספרי שירה: אַ ליבע-רעגן (1994), דער נאַכט-מלאך (1997), עס קומט דער טאג (1992).
 
גאָטס חסד / י. ל. פּרץ

גאָטס חסד פֿון י. ל. פּרץ (1915-1852) *********** דו ביסט דאָס רחמנות, דעם חסד אַליין! – מען וואָלט אונדז אויך קאַשע צעריבן! עס וואָלט פֿונעם שעפֿעלע צווישן די וועלף קיין שׂריד-ופּליט געבליבן! הונגעריקע זענען און דורשטיק די וועלף – עס וואָלטן שוין ביינער געלייכט! ווען נישט דײַן נאָמען, דײַן הייליקן נאָמען, געלויבט זאָל ער זײַן און געהייט! דײַן אייגן שעפֿעלע האָסטו געוואָרפֿן צווישן די וועלף מיט אַ תּנאי: - "אָט האָט איר דאָס שעפֿעלע, רבותים, און פֿרעסט איבֿרים - נאָר – מן החי! שאַרפֿט אייך די נעגל און רייסט פֿון אים פּאַסן מיט ציינער! און בלוט זאָלט איר כליפּען! נאָר נישט צו טויטן, וועלף, חס-ושלום! עס מוז אייביק זשיפּען!" אָ! פֿאַר דעם "אייביק", ווי דאַנקט דיר דאָס שעפֿעלע שטענדיק - סײַ ווינטער, סײַ זומער! וואָס מער מען ציפּט עס, וואָס מער מען רײַסט עס, ווערט עס אַלץ הייליקער, פֿרומער! און העכער דערהויבט זיך זײַן הייליקער "מע!" ווי דאַנק איך דיר, גאָט, אין דער נויט! ריבונו-של-עולם, אַך! "מע מע מע!" נאָך נישט דערקוילט אויף טויט! ********* מתוך: י. ל. פּרץ, אַלע ווערק, I, עמ´ 122-121 יצחק-לייבוש פּרץ (1915-1852) כתב את השיר בשנת 1893, באווירת הפוגרומים הקשים שהשתוללו במרחבי רוסיה הצארית. השיר מתאים לתקופה הקשה שלנו, "גאָטס חסד" מתגלה כגזירה הקשה מכל, להשמיד את היהודים "בשר מן החי", ולא להמיתם. גישה זאת היתה מקובלת בקרב הנוצרים בימי הביניים; בזכות גישה זו שרדנו את תקופת שלטונה המוחלט של הכנסיה באירופה. לדידה של הנצרות, היהודים מהווים עדות חיה לענישת האל את אלה שאינם מקבלים את אמונתו (הנוצרית), יהודים אלה צריכים בעתיד כאשר המשיח (ישו) יתגלה שוב לקבל את מלכותו עלי אדמות. בזכות אמונה זאת ניצלו היהודים מכליה. הנוצרים רצו להשאיר אותם ביניהם כנועים, רדופים ומושפלים. __________________ מאמר חשוב של ד"ר אברהם נוברשטרן (שהיה לי הזכות ללמוד אצלו) על העיר ורשה, עיר שבה פעל פרץ שהיה האב הרוחני של דור שלם של משוררי וסופרי יידיש במרכז היהודי בורשה. המאמר סוקר את תולדות יהודי העיר ורשה מאז הקמת העיר במאה ה-16 ועד השואה.
 

קערבאלע

New member
א קלייניקער תיקון-טעות

טייערער פריינד יידישיסט, א הארציקן ישר-כוח פאר פּרצעס ליד און פאר די בייגעלייגטע הערות און פאר דעם פארגעלייגטן ארטיקל וועגן דער געשיכטע פון יידישער ווארשע. מערניט, א קליינטשיקער תיקון-טעות´ל, דער מחבר פונעם ארטיקל וואס איז אריין אין "דעת" איז: ד"ר אברהם רובינשטיין. סיידן האבן דאס די חשובע לייט פונעם "דעת" גופא געמאכט דא א טעות. טאמער יא, וואלט מען באדארפט זיי לאזן וויסן דערוועגן. אגב, נאך דער מלחמה איז דעם ייווא אין ניו-יארק ארויס די דריי-בענדיקע "געשיכטע פון יידן אין ווארשע" פון דעם זייער וויכטיקן יידישן היסטאריקער יעקב שאצקי (דער ערשטער באנד אין 1947ת דער צווייטער אין 1948 און דער דריטער אין 1953). עס וועט פאר מיר ניט זיין קיין גרויסער חידוש אויב איר אליין זייט שוין גוט באקאנט מיט אט-דער וויכטיקן בוך פון שאצקי, אבער אפשר וועט עס פאראינטערעסירן אנדערע פריינט אונדזערע טאמער זיי וועלן אריינדרינגען ווייטער און טיפער אין דעם דאזיקן ענין. ווי געזאגט שוין: א גרויסן ישר-כוח פאר אייער אויפטו און זייט מוחל, וואס איך שטופּ זיך דא מיט מיינע, משטיינס געזאגט, אויסבעסעונגען און אומגעבעטענע "הוספות". אייער, קערבאַלע
 
ווען איך... / דליה ראַביקאָוויטש

ווען כ´מאַך אויף די אויגן דליה ראַביקאָוויטש, (פֿון העברעיִש: יעקבֿ בעסער) ********** שניי אין די בערג איבער די הויכע ערטער און איבער ירושלים. קום אַראָפּ, ירושלים, און גיב מיר אָפּ מײַן קינד. קום צו מיר אין בית-לחם און גיב מיר אָפּ מײַן קינד. קומט אַהער הויכע בערג און קומט אַהער ווינטן און די פֿארפֿלייצונגען אין די טײַכן, און גיט מיר אָפּ מײַן קינד. אַפֿילו אַ געבוירענער באַמבוק, אָדער אַ בלומען-שטענגל אין שטראָם און אַ מידבר-קוסט אַ דאַרער ווי אַ דראָנג, גיט מיר אָפּ מײַן קינד פּונקט אַזוי ווי די נשמה קומט צוריק אין גוף אַרײַן ווען כ´מאַך אויף די אויגן. ************ מתוך: טאָפּלפּונקט, 5, עמ´ 17.
 
מתוך "כּפּרות" של שלום-עליכם

כּפּרות, קאַפּיטל 1 שלום-עליכם (1916-1859) ********* דעם ערשטן טאָג נאָך ראָש-השנה, אַז דער עולם איז געגאַנגען צו תּשליך, האָט מען געקאָנט, באַמערקן אַ מחנה עופֿות, הינער, אַלטע קוואָקעס און יונגע הינדלעך מיט האָנעכלעך לויפֿן אין די הינטערגעסלעך, אויסגעצויגן די קעפּלעך, מאַכן פּאָלקעס, הויבן פֿיסלעך, שפּרינגען-אונטער עפּעס מיט אַ מין אימפּעט, און אַלץ אַהין, ווײַט, הינטער דער שטאָט אַרויס. אַ חודש איז דאָס געווען, נאָר קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן אָפּשטעלן זיך נאָכקוקן, וווּ אַהין לויפֿן דאָס די דאָזיקע נאַרישע עופֿות. ערשט שפּעטער, אין די עשׂרת-ימי-תּשובֿה אַרײַן, האָט מען אָנגעהויבן זיך אַרומקוקן, אַז די שטײַגן זענען אָפֿן, און וווּ ס´איז געווען ערגעץ אײן עוף איז דאָס אַרויסגעפֿלויגן – און גיי זוך מיך! איז געוואָרן אַ געוואַלד: "סטײַטש, מיט וואָס וועט מען שלאָגן כּפּרות?" איבערהויפּט האָבן אײַנגעלייגט די וועלט די ווײַבער; פֿאַר אַ ווײַסע כּפּרה וועט אײַך אַ ווײַב זײַן די כּפּרה, זי מעג זײַן אַפֿילו אַ "מאַדאַם", מיט אַ הוט און מיט אַ פֿאָרטעפּיאַן… משוגענערווייז זענען זיי געלאָפֿן אין מאַרק אַרײַן, גרייט געווען צאָלן אין טאָג אַרײַן, אַבי צו קריגן כּפּרות; אויב ניט קיין ווײַסע הון, לאָז זײַן אַ ראַבע, אַ שוואַרצע, לאָז זײַן אַ רויטער האָן - אַבי אַ כּפּרה! און ווי אויף-צו- להכעיס, איז נישט געווען אין מאַרק, איר זאָלט זאָגן, איין עוף אויף אַ רפֿואה. דאָס הייסט, ס´איז געווען עופֿות אין מאַרק, נאָר נישט אַזעלכע, וואָס מע זאָל קענען מיט זיי שלאָגן כּפּרות. צום בײַשפּיל: קאַטשקעס זענען געווען מיט גראָבע פּופּקעס, גענדז מיט פֿעטע בײַכלעך, אינדיקעס, אָנגעבלאָזענע מיוחסים, מיט אַראָפּגעלאָזענע שנאָבלען, ווײַסע, ריינע אומשולדיקע טײַבעלעך האָט מען געכאַפּט און אַרויסגעטראָגן אויך צו פֿאַרקויפֿן. ס´איז אָבער אַלץ נישט דאָס, וואָס מע באַדאַרף. אויף כּפּרות דאַרף מען עופֿות, און קיין עופֿות איז נישטאָ, כאָטש נעמט לעגט זיך און שטאַרבט! וווּ זענען אַהינגעקומען אַלע עופֿות? לייענט, זײַט מוחל, ווײַטער, וועט איר הערן אַ שיינס. [חלק מהמשך הסיפור יפורסם בשבוע הבא] מתוך: אויסגעוויילטע ווערק, מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער, I, ניו-יורק, 1918, עמ´ 116-115 סיפור זה מהווה חלק משורה של סיפורים לילדים ששלום-עליכם כתב. סיפורים אלה אינם מפסגת יצירתו ומהווים רק נדבך נוסף בבנין הגדול שהוא בנה.
 
א גרויסן דאנק ר´ ייִדישיסט ../images/Emo45.gif

כ´האב אלץ אויסגעלעיינט. ס´איז שוין געקומען די צייט, צו קויפן א ווערטער בוך. צו פיל ווערטער פארשטיי איך נישט.
 
למעלה