היסטאָרישע... / מאָריס ראָזענפֿעלד
[תצורת PDF של השיר תבוא מיד בהמשך] די היסטאָרישע פּעקלעך (דעקלאַמאַציאָן) פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד ********* אַ רעש, אַ געפּילדער, עס קאָכט אין די גאַסן, עס אײַלן די מענטשן, עס לויפֿן די מאַסן, עס הערן זיך זיפֿצן, עס הערט זיך אַ לאַכן, מען רעדט און מען פּלוידערט אויף אַלערהאַנד שפּראַכן. אָט נעמט זיך רוקן שוין אָרדענונג-חיות, איך פֿרעג ווי צעטומלט: "וואָס איז דאָ פֿאַר נײַעס?" און פֿרעגנדיק האָב איך דערזען נעבעך גרינע, געקומען פֿון עפּעס אַ ווײַטע מדינה... מען האָט אויף די עלנטע לײַכט געקענט לעזן אין וואָס פֿאַר אַ קנעכטשאַפֿט זיי זײַנען געוועזן: אין וואָס פֿאַר אַ ווינקל זיי זײַנען געבאָרן אויף שפּאָט און פֿאַראַכטונג און בלוטיקן צאָרן. באַטראַכנדיק איינעם פֿון זיי און דעם צווייטן אַנטלאָפֿענעם טויטן פֿון נאַכט און פֿון קייטן, באַטראַכטנדיק זייערע טאָרבעס און פּעקלעך, די אָרעמע, שוואַרצע פֿאַרלאַטעטע זעקלעך, האָט פּלוצלינג אַ פֿראַגע באַשעפֿטיקט מײַן זינען: "די פּעקלעך, אָ, וואָס קען דאָרט ליגן דערינען?" אָ, זאָגט מיר, איר אַלטע, היסטאָרישע פּעקלעך, איר ייִדישע טאָרבעס, איר ייִדישע זעקלעך, וואָס ליגט דאָס פֿאַרוויקלט אין אײַערע טיכער? געוויס ניט קיין רעכטן, אויף דעם בין איך זיכער, געוויס קיין פּאַפּירן, אַז וווּ איר וועט קומען זאָל ווערן דער וועג אײַך באַשאָטן מיט בלומען. אָ, זאָגט מיר, איר קלומקעס, מײַן האַרץ ווערט צעריסן, וואָס ליגט דאָס איך אײַך בין איך גערן צו וויסן? און פֿרעגנדיק, וווּנדער! האָט ריכטיק, ווי טרעפֿנד, אַ פּעקעלע נעבעך זײַן בוזעם געעפֿנט, אָט פּונקט ווי ער וואָלט צו מיר זאָגן מיט שמערצן: "נאַ, זע, וואָס איך טראָג אין מײַן וווּנדיקן האַרצן!" און קוקנדיק טרויריק אין שטויב און אין שימל, וואָס האָב איך דערזען, אָ, אַלמעכטיקער הימל! איך האָב אין אַן אַלטע, צעריסענע טיכל דערקענט אַ צעריסענעס אַלטינקעס ביכל: די טאָוולען פֿאַרגאָסן מיט בלוט און מיט טרערן. איר קענט אָט דאָס ביכל, ניטאָ וואָס צו קלערן, דאָס ביכל, איר קענט עס, דערויף בין איך זיכער: דאָס הייליקסטע בוך פֿון די הייליקסטע ביכער! מיר האָבן שוין פֿיל פֿאַר דאָס ביכל געגעבן. אי פֿריידן, אי לײדן, אי אוצרות, אי לעבן. פֿון וואַנען האָט אונדז שוין דער פֿײַנד ניט געטריבן צוליב די בריליאַנטן אויף פּאַרמעט געשריבן? מיר האָבן די שמות צוזאַמענגעקליבן, פֿאַרשטויבט און צעטרעטן... זיי זענען געבליבן! ------------------------ ניט לויפֿט נאָך די גרינע, איר ווילדע נאַראָנים, ניט מיינט, אַז דאָ פֿאָרן אַ באַנדע קבצנים. דאָס זײַנען קיין ווילדע, קיין בעטלער, קיין שנאָרער, רעספּעקט פֿאַר די אַלטע, די אייביקע פֿאָרער! באַגריסט זיי די זין פֿון דעם איינציקן בורא! זיי פֿירן דאָס ליכט פֿון דער וועלט – זייער תּורה! נו, זאָגט, קען מען רופֿן אַזאַ אומה אָרעם, אַ אומה וואָס וואַנדערט דורך נאַכט און דורך קבֿרים, דורך שרעק און דורך טויט, און דורך העלישן פֿײַער צו רעטן, וואָס איר איז פֿאַרהייליקט און טײַער; וואָס טראַמפּלט אויף מתים און ווייס ניט קיין אימות און שטעלט אײַן דאָס לעבן פֿאַר עטלעכע שמות? אַ פֿאָלק, וועלכעס באָדט זיך נאָר שטענדיק אין טרערן, וואָס יעדערער שלאָגט דאָס און מאַטערט דאָס גערן; וואָס וואַנדערט דורך וויסטעניש טויזנטער יאָרן און האָט נאָך ביז יעצט זײַן באַרוף ניט פֿאַרלאָרן; אַ פֿאָלק מיט אַזוי פֿיל נשמה, דערמאָנען, אָ, וואַשט אײַך די ליפּן, רעספּעקט, איר נאַציאָנען! איך ליב זיי, די גרינע, די ביינער-געשטאַלטן, בײַ זיי איז דער אוצר פֿון לעבן באַהאַלטן. אין זייערע אָרעמע טאָרבעס די שטומע געפֿינט זיך דער סוד פֿון דער אייביקער אומה – אין זייערע קלומקעס די וואָגלענדע ליגן די כּוחות פֿון אמת, וואָס וועלן נאָך זיגן! אָ, הייליקע פּעקעלעך, ליבלעכע, שיינע, אין אײַך ליגט מײַן פֿאָנע, די שטאָלצע, די ריינע, אין אײַך ליגט דער גײַסט פֿון מײַן פֿאָלק, מײַנע ברידער. דורך אײַך וועט מײַן אומה נאָך אויפֿלעבן ווידער. ************* הערת עורך: למרות שמילים שונות מפיעות לא לפי כללי ייִוו"א, העדפתי להשאיר אותם כך עקב החריזה והמקצב שעלולים להשתבש בעקבות שינוי שכזה. [השיר נכתב בסביבות 1900, אין בידי מקור הפרסום, אלא צילום ממנו] ____________________________________ מאָריס ראָזענפֿעלד (1923-1862), נולד ברוסיה והיגר לאמריקה בשנת 1866. המשורר של הפרולטוריון היהודי בארה"ב בתחילת המאה העשרים. משורר הבית של עובדי "מכבסות-הזיעה" – אותם יהודים שהתפרנסו מחייטות ותפירה במכונות. מאָריס בעצמו עבד באחד ממכבסות-הזיעה האלה שכונו כך עקב התנאים הסביבתיים הקשים באותם מקומות, חום מחניק ושעות עבודה מרובות. השירים של מאָריס רוווים בעצב על גורל העם-היהודי הנאלץ לברוח ברוסיה עקב הפורגרומים בסוף המאה התשע-עשרה; מלאים סימפטיה ליהודים המגיעים לחופי אמריקה (כפי שאנו רואים בשיר שלפנינו). סגנון שירתו של מאָריס אינו הסגנון המודרני השלט היום אך יש לקרוא אותם בהקשר ההיסטורי הנכון. מאָריס יודע שגורל היהודים אמנם משתפר בהגיעם לאמריקה אך אינו רואה טעם בהמשך חייהם שם כחילוניים, בעזבם את "די הייליקסטע בוך" - התהילים, אין להם סיכוי לשרוד כעם יהודי באמריקה. מאָריס אף מבקר בחריפות את היהודים שהתיישבו בשנים קודמות באמריקה ועתה מרשים לעצמם ללעוג ליהודים שזה מקרב באו (ביקורת זו נרמזת גם בשיר שלפנינו), במובן זה הוא הולך בדרכו של "שלום-עליכם" שתיאר ב"מאָטל פּייסי דעם חזנס" את התהום הפעורה בין היהודים ה"אמריקאים" לבין אלה שזה עתה הגיע מרוסיה; את הלעג בקבלת-הפנים שלה זוכים היהודים ה"מיושנים" האלה על ידי היהודים שרוצים להיות ככל הגוים. --------------------- רשימת הספרים שפירסם ארוכה: 1. בוך פֿון ליבע (ניו-יאָרק, 1914) 2. געוועלטע שריפֿטן (ניו-יאָרק, 1912) 3. געזאַמלטע לידער (ניו-יאָרק, 1904) 4. געזאַנגסלידער (ניו-יאָרק, 1899) 5. גרינע צרות: און אַנדערע שריפֿטן (ניו-יאָרק, 1919) 6. פּאָעזי (ווילנע, 1905) 7. פּאָעזיען און לידער (ניו-יאָרק, 1893) 8. שריפֿטן [6 כרכים] (ניו-יאָרק, 1910-1908) רובם יצאו בכמה מהדורות. בנוסף לשירים שפירסם בעיתונות והספרים שכתב (או נאספו מתוך העיתונים), פירסם מאָריס ביוגרפיות של יהודה-הלוי, היינריך היינה, ועוד רבים אחרים. הוא ערך את הרבעון "דער פּנקס" שהחל להופיע בניו-יורק בשנת 1900.