עונג @ שבת, נומ´ 2

שיר השירים / משה-לייב האַלפּערן

שיר השירים מאת משה-לייב האַלפּערן (1932-1886) ******** און דאָ איז דאָס ליד פֿון אַלע לידער. אין אָנהייב זײַנען געווען דרײַ ברידער: איינער מיט פֿאַרחלומטע אויגן, איינער ווי אַ דעמבענע בוים אַ געזונטער, און איינער וואָס איז ארומגעגאַנגען מיטן קאָפּ ארונטער. האָט דער מיט די פֿאַרחלומטע אויגן גענומען פֿאַר זיך די לבֿנה; האָט פֿאַרנומען די זון דער געזונטער; איז געבליבן פֿאַר דעם מיטן קאָפּ ארונטער – די פינסטערניש. האָט ער זיך צעוויינט מיט אַ גרויס געוויין. האָט דאָס אויגעוועקט פֿון זײַן אייביקן שלאָף קאַליבאַבי דער פֿילאָזאָף, האָט זיך אָנגעצונדן זײַן לאַמטערן און געפֿאָרשט אַזוי לאַנג בײַ דעם גאַנג פֿון די שטערן, ביז ער האָט אַרײַנגעקריצט אין זײַן וווּנדערלין חכמה-שטיין אַז ערגעץ דאָ, דאָרט, נישט ווײַט, פֿון אומעטוס – אויף דער וועג, וואָס איז נישט גלײַך און נישט קרום... זיצט עמעצער וואָס מיט אים איז עפּעס נישט דאָס... און ער וויינט, ווײַל ער ווייסט אַליין נישט פֿאַרוואָס... און זינט דעמאָלט – ווי מען קען נישט ציילן אויפֿן קאָפּ די האָר, קען מען נישט ציילן די יאָר, און דער מיטן קאָפּ אַרונטער בלאָנדזשעט אַרום אין דער פֿינסטערניש אַזוי ווי אַלעמאָל מיט זײַן געוויין, און מיר, די חכמים פֿון דער וועלט, וואָס הערן אים וויינען, דרייען זיך די לאַמטערנעס אַרום דעם חכמה-שטיין און מיר לערנען זיך ביז אין טויט ארײַן, איבערלייענען אַז ערגעץ דאָ – דאָרט – נישט ווײַט - פֿון אומעטום... אויף דעם וועג, וואָס איז נישט גלײַך און נישט קרום... זיצט עמעצער וואָס מיט אים עפּעס נישט דאָס... און ער וויינט, ווײַל ער ווייסט אַליין נישט פֿאַרוואָס... ----------- מתוך: משה-לייב האַלפּערן, די גאָלדענע פּאַווע, קליוולאַנד, 1924. פירסם כחמשה ספרים, היה מאוד מפורסם בארה"ב בשנות העשרה והעשרים. ספרו "די גאָלדענע פּאַווע" הוא אחד מספרי השירה הטובים ביותר ביידיש. תורגם לעברית ונקרא "טווס הזהב" (1963, תורגם על ידי אריה סיוון ובנימין הרשב).
 
למעלה