עונג @ שבת, נומ´ 3

חווה ברענגט אדמען.../ איציק מאַנגער

חווה ברענגט אדמען דעם עפּל פֿון איציק מאַנגער (1969-1901) ********* אדם-הראשון ליגט אין גראָז און שפּײַט צום וואָלקן אַרויף. בעט זיך דער וואָלקן תּחנונימדיק: "אדמשי קרוין, הער אויף!" שטעלט אים אדם אַרויס די צונג: "כמאַרע קאַפּאַרע, אַבע!" און ס´פֿליט אַ דינער שטראַל – אַ שפּײַ – "און נאַ דיר, נעם און זע!" דער וואָלקן ווישט מיט דער לאַפּע אָפּ דעם שפּײַ און ברומט פֿאַר כּעס: "אַז מען טוט נישט גאָרנישט גאַנצע טעג און מען גייט אום פּוסט און פּאַסט!" אדם-הראשון לאַכט און קײַכט און שטשירעט די ווײַסע ציין, קומט פֿון דער גרינער עפּל-אַליי די מוטער חוה צו גיין. "וווּ ביסטו געווען, עוואַ מײַן ווײַב, וווּ ביסטו געווען, מײַן קינד?" "איך בין געווען אין דער פֿלוימען-אַליי און געפּלוידערט מיטן ווינט." "דו ביסט נישט געווען אין דער פֿלוימען-אַליי, דו זאָגסט מיר אַ ליגנט גאָר, סע שמעקט דאָך מיט עפּל פֿון דײַן לייב און מיט עפּל פֿון דײַנע האָר." "כ´בין טאַקע געווען אין דער עפּל-אַליי, ס´אַר אַ שוואַכן זכּרון איך האָב; האָסט טאַקע געטראָפֿן, אַדאַם מײַן מאַן, אַ לעבן אויף דײַן קאָפּ." "וואָס האָסטו געטון אין דער עפּל-אַליי, עוואַ מײַן גאָלדענעם קינד?" "איך האָב געפּלוידערט מיט דער שלאַנג מכּוח דער מיצווה זינד." און ס´ציטערט דער עפּל אין איר האַנט און פֿינקלט ווי שאַרלאַך רויט און ס´שאָטנט אויס די דעמערונג די תּאווה און דעם טויט. אדם-הראשון פֿיבערט און קאָן באין אופֿן נישט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איר קול איז צוקערזיס און זי איז מלא-חן. ער שטרעקט מיט אַ ציטער אויס די האַנט. - וואָס טוסטו, אדם, האַ ? די נאַכט לעשט ביידע געשטאַלטן אויס און פּתח שין מאַכט – שאַ. ------------- מתוך: איציק מאַנגער, מדרש איציק, תל-אביב, 1990. מאַנגער פירסם עשרות ספרים ונכתבו עליו עשרות נוספים. אחד מגדולי משוררי היידיש המודרנית. הידוע מבין יצירותיו הוא "די מגילה", שזכה לעיבוד מחזאי והועלה בהצלחה רבה בתיאטרוני ישראל בשנות השישים והשבעים. השירים והבלדות הרבות שכתב עוסקים ברובם בדמויות מקראיות, כאשר הוא "גורר" אותם למציאות העכשווית. עובדה זו עוררה וויכוחים רבים בין משוררי היידיש ודירבנה התעוררות רבתית של שירה מקראית עכשווית. [מנגר, איציק, מדרש איציק]
 
למעלה