דער קליינער פּרינץ / סענט-עקזיפּערי
דער קליינער פּרינץ, קאפּיטל 1 פֿון
אַנטואַן דע סענט-עקזיפּערי (1944-1900), איבערגעזעצט פֿון פֿראַנצייזיש דורך שלמה לערמאַן. ************ ווען איך בין געווען זעקס יאָר אַלט, האָב איך איין מאָל געזען אַ פּרעכטיק בילד אין אַ בוך וועגן דזשונגלען וואָס האָט געהייסן "אמתע געשיכטעס". דאָס בילד האָט פֿאָרגעשטעלט אַ באָאַשלאַנג וואָס שלינגט אײַן אַ חיה. אָט איז אַ קאָפּיע פֿון דעם בילד. אין בוך האָט מען געזאָגט: "די באָאַשלאַנגען שלינגען אײַן זייערע קרבנות גאַנצערהייט, נישט צעקײַט. נאָך דעם קענען זיי זיך מער נישט רירן און שלאָפֿן די גאַנצע זעקס חדשים בעת זיי פֿאַרדייען." דעמאָלט האָב איך פֿיל אַרײַנגעטראַכט אין די אַוואַנטורס אין דעם דזשונגעל און מיט אַ פֿאַרביקן בלײַער איז מיר געלונגען צו מאַכן מײַן ערשטע צייכענונג. מײַן צייכענונג נומער 1 איז געווען אַזוי: [דאָ קומט אַ צייכענונג נומער 1, ייִ.] כ´האָב געוויזן מײַן מײַסטערווערק די דערוואַקסענע און איך האָב זיי געפֿרעגט צי זיי האָבן מורא פֿאַר מײַן צייכענונג. האָבן זיי מיר געענטפֿערט: "פֿאַר וואָס דאַרף מען מורא האָבן פֿאַר אַ הוט?" מײַן צייכענונג האָט נישט פֿאָרגעשטעלט קיין הוט, זי האָט פֿאָרגעשטעלט אַ באָאַשלאַנג וואָס פֿאַרדײַט אַ העלעפֿאַנט. דאַן האָב איך געצייכנט דעם שלאַנג פֿון אינעווייניק, אַזוי אַז די דערוואַקסענע זאָלן קענען פֿאַרשטיין. שטענדיק דאַרפֿן זיי דערקלערונגען. מײַן בילד נומער 2 איז געווען אַזוי: [דאָ קומט אַ צייכענונג נומער 2, ייִ.] די דערוואַקסענע האָבן מיר געראָטן איך זאָל אויפֿהערן צייכענען באָאַשלאַנגען, סײַ אָפֿענע און סײַ פֿאַרמאַכטע, און אַז כ´זאָל זיך בעסער פֿאַראינטערעסירן מיט געאָגראַפֿיע, מיט געשיכטע, מיט רעכענונג און מיט גראַמאַטיק. אַזוי אַרום, האָב איך, אין עלטער פֿון זעקס יאָר, זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַ פּרעכטיקער מאָלער- קאַריערע. כ´האָב זיך זייער שטאַרק אַנטמוטיקט צוליבן דורכפֿאַל פֿון מײַנע צייכענונגען נומער 1 און נומער 2. די דערוואַקסענע פֿאַרשטייען קיין מאָל גאָרנישט אַליין און פֿאַר די קינדער איז שווער זיי צו דערקלערן ווידער און ווידער. אַזוי אַרום האָב איך געמוזט זוכן אַן אַנדער פֿאַך און איך האָב זיך אויסעלערנט צו פּילאָטירן אַוויאָנען. איך בין אַרומגעפֿלויגן אומעטום איבער דער וועלט און די געאָגראַפֿיע איז מיר טאַקע זייער צו נוץ געקומען. אויפֿן ערשטן בליק האָב איך געוווּסט אונטערצושיידן צווישן כינע און אַריזאָנע. דאָס איז זייער נוצלעך אויב מען פֿאַרבלאָנדזשט בײַ נאַכט. אויף דעם אופֿן, האָב איך אין פֿאַרלויף פֿון מײַן לעבן געהאַט אַ סך קאָנטאַקטן מיט אַ סך ערנסטע מענטשן. כ´האָב זיי געזען פֿון דער נאָענט. מײַן מיינונג וועגן זיי האָט זיך נישט פֿאַרבעסערט. ווען כ´האָב געטראָפֿן איינעם וואָס האָט אויסגעזען אַ ביסל ניכטערער, האָב איך אויף אים געמאַכט דעם עקספּערימענט מיט מײַן צייכענונג נומער 1 וואָס איך האָב שטענדיק געהאַלטן בײַ זיך. איך האָב געוואָלט וויסן אויב ער איז באמת אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנד. אָבער שטענדיק האָט ער מיר געענטפֿערט: "דאָס איז אַ הוט". האָב איך שוין מער נישט גערעדט וועגן קיין שלאַנגען, נישט וועגן קיין דזשונגלען און נישט וועגן קיין שטערן. כ´האָב מיט אים גערעדט וועגן ברידזש, גאָלף, פּאָליטיק און קראַוואַטן. און דער דערוואַקסענער איז געווען גאַנץ צופֿרידן וואָס ער קען אַזאַ פֿאַרשטאַנדיקן מענטש. -------------- פרק ראשון מתוך ספרו של אנטואן דה סנט-אכזיפרי "דער קליינער פּרינץ", בתירגומו של שלמה לרמן, נידראו, 2000. ___________________________ תרגום מילים קשות: באָאַשלאַנג – נחש בוֹאַ (נחש גדול במיוחד) אַוואַנטור – עלילה (עלילות הג´ונגל) אַנטמוטיק – רפוי (ללא כוח) פּילאָט – טייס, פּילאָטירן – להטיס מטוס אַוויאָן – מטוס (אַווירון) עקספּערימענט – ניסוי קראַוואַט – עניבה ___________________________ כל מילה מיותרת בכל הנוגע לספרו המפורסם "
הנסיך הקטן". לפני שנתיים סיים שלמה לרמן מלאכת תרגום מושקעת ויפה של הספר הזה. הספר מאוד פופולרי בקרב אוהבי היידיש בארץ ובעולם. אחת המתנות היפות ביותר שקיבלתי בחיי. [הנסיך הקטן, דער קליינער פּרינץ, אנטואן דה סנט-אכזיפרי]