השיר המבוקש
וואָס געווען איז געווען שוין נישטאָ.
מלים ומנגינה : דוד מאירוביץ.
דערלויבט לאָזט זיך דינען,
אויס צורעדן, מײַן האַרץ.
צו רעד איך פֿון זינען,
צו רעד איך פֿון שמאַרץ.
איך לײַד פֿון, אַ קראַנקהײַט.
וואָס הייסט נישט, קיין קרענק.
מען רופֿט דאָס אָן עלטער,
עס נאָגט און עס בענקט.
רעפֿריין:
ווײַל וואָס געווען, איז געווען, שוין נישטאָ.
שוין אַוועק יענע יאָרן יענע שעה.
וויּ שנעל פֿאַרפֿליט דער, יונגער גליק.
און מע קען נישט מער, כאַפּן מער צוריק.
ווײַל וואָס געווען, איז געווען שוין נישטאָ.
די קראַפטן ווערן שוואַך, די האָר ווערן גראָ.
מענייט זיך מען קליידט זיך, מען מאַכט זיך שיין.
מען נאַרט אָבער קיינעם, נאָר זיך אַליין.
ווײַל וואָס געווען, איז געווען שוין נישטא.
ווען איך גײ אומגערן אַ מאָל פֿאַרבײַ אַ שול,
גיסט זיך מיר טרערן, און טראַכט פֿון אַמאָל.
ווי דער יונגיטשקער מוחל,
זײַן גליק נישט פֿאַרשטייט.
ווען ס'קומט מען צום שׂכל
איז דאַן שוין צו שפּעט.
רעפֿריין:
ווײַל וואָס געווען, איז געווען, שוין נישטאָ...
=
תלחצי ב יו-טוב על הכותרת :
"וואס געווען איז געווען שוין נישטא."
תבחרי את הביצוע שימצא חן בעיניך.