עוד שיר פרטיזנים
הפעם שיר על אב ובנו שני דורות של פרטיזנים, אשר נפלו בקרב עם האויב הנאצי. את הגירסה היידית כתב שמרק'ה קצ'רגינסקי, מזווית הראיה של האם, אשר התאלמנה מבעלה, ושכלה את בנה. על פי המנגינה של שיר הזה, כתב רפאל קלאצ'קין, את מילות השיר "בערבות הנגב" על "אם הבנים" רבקה גובר אשר שכלה את שני בניה, בקרבות מלחמת העצמאות, לשיחרור הנגב, מול צבא מצרים.
דארט ביים ברעג פון וועלדל. [
[URL='http://www.ushmm.org/museum/exhibit/online/music/detail.php?content=forest']שם בפאת היער[/URL]] מלים: פטר מאמאיצ'וק. [גירסה יידית: שמרקה קצ'רגינסקי] מנגינה: ליאוניד שושקין. שר: תיאודור ביקל. *. דאָרט בײַם ברעג פֿון װעלד שטײט אַן אַלטער בױם. שעפּטשן זײַנע בלעטער, אַז מען הערט זײ קױם. שעפּטשן און דערצײלן װי עס שטאַרבט אַ העלד, װען עס פֿאַלן קױלן איבער װאַלד און פֿעלד. דאָרט לעבן בױם פֿון װעלדל ליגט אַ פּאַרטיזאַן. בלעטער אים פֿאַרשטעלן, - ס'איז אַ קראַנץ פֿאַראַן. ליגט ער, הערט ניט, זעט ניט, דוכט זיך שלאָפֿט אַצינד, - װיגט דער װינט אַ װערבע, טוליעט װי אַ קינד. איבער אים, געבױגן, זײַן אַלטע מוטער װײנט, לײַד אין אירע אױגן און דאָס האַרץ פֿאַרשטײנט: "איך האָב דיך געבױרן, זיך מיט דיר געפּרײט, איצט איז אַלץ פֿאַרלױרן, ס'קבֿר דײַנס איז גרײט ... קוק אױף מײַנע טרערן, פֿיל װי ס'האַרץ טוט װײ, כ'װעל שױן קײנמאָל הערן, דיך ניט זען, אָ װײ! האָסט געהאַט אַ טאַטן, אױך געװען אַ העלד, האָבן שטיל אים בלעטער אױך פֿאַרװיגט אין פֿעלד." http://www.ushmm.org/museum/exhibit/online/music/detail.php?content=forest