ערשטער טייל

יואלישל

New member
ערשטער טייל

א רעצעפט פאר צרות פון שמואל סאפיר ווען מען טראכט אביסל אריין אין דעם מיין פון געשעענישן וועלכע דאמינירן די נייעס אין דער לעצטער צייט, שאפט זיך דער איינדרוק אז די באפעלקערונג וואס אקופירט היינט די וועלט, איז עפעס וואס מען קען פארגלייכן צו א באשעפעניש מיט אייגנשאפטן פון האלב קינד, האלב קאץ. האלב קינד מחמת זי פירט זיך אויף נאריש-קינדעריש; האלב קאץ ווייל זי פארגעסט פון איין מינוט אויף דער אנדערער די לעקציעס וואס די נישט-ווייטע פארגאנגענהייט האבן איר געלערנט. די דערפארונגען פון די לעצטע צוויי וועלט-מלחמות האבן געמעגט איבערווייזן דער וועלט, אז מיליטאנטיזם, נאציאנאליזם, און עקסטרעמיזם זענען געפערליכע זאכן וועלכע ברענגען מיט זיך שטענדיג ביטערע חורבנות. אבער זי האט זיך עס נישט דערלערנט; זי באגייט ווידער די זעלבע נארישקייטן - כאטש אלע באווייזן צייגן קלאר, אז דאס קען ברענגען א חורבן. יא, ממש נאכדעם וואס די וועלט לעבט איבער א קאטאסטראפע וואס איז צושטאנד געקומען אדאנק אויפגעבלאזענעם נאציאנאליזם, נעמט זי זיך פאר צו זיין גוט און וואויל. מען זעצט זיך אוועק פארהאנדלען און מען שליסט אפמאכן וועלכע זאלן פארזיכערן אז דאס זאל זיך מער נישט איבערשפילן. אבער עס לויפן דורך עטליכע יאר, מען פארגעסט אלעס וואס איז געווען און מען גייט צוריק צום אלטן. נאציאנאליזם בעצם איז א קינדערישער קרענק פון דער מענטשהייט, און די זינלאזע רייבערייען און קריגערייען וואס דאס ברענגט זענען אין תוך גענומען אזא קינדערשפיל - א שפיל מיט פייער! אזוי איז עס געווען אייביג אין דער היסטאריע, אז די ווינטן פון נאציאנאליזם האבן אויפגעבלאזן און פאנאנדערגעפלאקערט דעם פייער פון מיליטאנטיזם, און נאכגעפאלגט האבן חורבנות און קרבנות. אינגאנצן מיט זעכציג יאר צוריק האט די וועלט דאס דערפארן, און שוין האט זי פארגעסן. זי האט אויך פארגעסן אז די צווייטע וועלט-מלחמה האט זיך גענומען פון דעם וואס זי האט פארגעסן פון דער ערשטער וועלט-מלחמה מיט אינגאנצן פינף-און-צוואנציג יאר פריער. ווידעראמאל געפינען מיר זיך שטיין אין א סיטואציע וואו נאציאנאליסטישע ווינטן, געטריבן פון אומפארגינערשקייט, דראען אריינצוטרייבן די וועלט אין א מצב פון כאאס. די איראניע פונ’ם מצב גייט נאך טיפער. די פאראייניגטע פעלקער ארגאניזאציע (יו-ען) איז געגרינדעט געווארן בלויז מיט’ן איינעם צוועק, אז די פעלקער זאלן זיך פרידליך אויסגלייכן די דיפערענצן דורך דיפלאמאטיע ביים פארהאנדלונגס-טיש. אט-די זעלבע יו-ען איז יעצט מער-ווייניגער פאראנטווארטליך פאר דער קריגערישער לופט וואס הערשט היינט אויף דער וועלט. *
 
למעלה