מהאַי-טעמא?
1. דאָס דאַרף זײַן אַ אינערלעכער פּראָצעס: וואָס מער ייִדישיסטן וועלן שרײַבן אין פֿאָרום בלויז אויף ייִדיש און ברענגען מאַטעריאַלן אויף ייִדיש וועט דער פֿאָרום ווערן פֿון זיך אַליין מער פֿאַרייִדישט. 2. אויב מיר ווילן ס'קאָפּ אין וואַנע וועט נישט דערגיין ווײַט, אויב מיר וועלן שרײַבן בלויז ייִדיש אָן אַפֿילו באַמערקונגען און דערקלערונגען אויף העברעיִש אָדער ענגליש וועט אַ גרויסער טייל פֿון די מיטשרײַבער נישט פֿאַרשטיין "גענוי" וועגן וואָס מע רעדט, און ס'איז אַ שאָד. איך פֿאַרשטיי דײַן ציל און איך שטרעב אויך איר צו דערגרייכן אָבער דערווײַל האַלטן מיר נאָך פֿון דער ווײַטנס. 3. ליטעראַטור- און קאָמפּיוטער-טערמינאָלאָגיע אויף ייִדיש זײַנען נישט באַקאַנט פֿאַר אַ היפּש טייל ייִדיש-רעדנערס, פֿאַר די וואָס רעדן יום-יום די שפּראַך אָבער לייענען נישט קיין ליטעראַטור אָדער די וואָס קענען זיך יאָ אויס אין דער ליטעראַטור אָבער אַקטועליע-טערמינען איז פֿאַר זיי ווי טערקיש ווײַל אין די לעצטע צענדליקער יאָרן האָבן זיי אויסגערעדט וועגן נײַעס אין פּאָליטיק נאָר אויף דער סבֿיבֿה-שפּראַך (העברעיִש צי ענגליש). פֿאַר די אַלע און פֿאַר נאָך אַנדערע דאַרפֿן מיר פֿון מאָל צו מאָל אַדורכלאָזן נישט-ייִדישע זאַצן און פּאַראַגראַפֿן. 4. אין די סאַמע באַוווּסטע ייִדישע צײַטונגען ווי "הײַנט", "מאָמענט", "די ליטעראַרישע בלעטער" א"אַנד איז אַ גרויסער טיילך פֿון דעם רעקלאַמערײַ אויף פּויליש צי אויף עבֿרי, איז וואָס? האָט איינער דען זיך געשטעלט אויף די אונטערשטע פֿיס? כּל-זמן אַז דער סך-הכּל פֿונעם תּוך איז אויף ייִדיש איז דאָס לשם-שמים.