פערטער און לעצטער טייל
נאציאנאליזם איז א מסוכנ’דיגער גאנג, ווייל ער האט כמעט נישט קיין וועג אויף צוריק. דאס איז דערפאר וואס אין תוך גענומען איז עס א קראנקהאפטע מענטאליטעט וואס האט קיין שום דעקונג אין רעאליטעט, אבער טרייבט צו טאן די ערגסטע, ווילדסטע זאכן. נאציאנאליזם ברענגט קריגערישע ווינטן, וואס זענען עלול אויפצופלאקערן דעם פייער פון מלחמה. ס’איז נישט שייך צו פארהאנדלען אין אזעלכע פעלער, ווייל למעשה האט יענער נישט קיינע ממשות’דיגע טענות פאר זיין קריגערישער אויפפירונג. ס’איז דאך נישט מער ווי אראגאנץ און גאווה. און דערפאר האבן טאקע אזעלכע קריגן שטענדיג געברענגט שרעקליכע צרות. דערווייל זעט זיך נישט פאר קיין מעגליכקייט פאר בעסערונג. קיינעם פון די קריגערישע צדדים וויל זיך נישט נאכגעבן. אמעריקע פון איר זייט איז איבערצייגט, אז אויב וועט מען יעצט נישט פטור ווערן פון כוסעין און זיין ווירטשאפט, וועט ער פריער צו שפעטער ברענגען אויף דער וועלט א חורבן. איראק פון איר זייט פייפט זיך אריין אין אמעריקע, דער יו-ען, און אפילו די לענדער וועלכע קעמפן פאר אירע רעכטן. דערפאר קען זיך אמעריקע נישט דערלויבן אפצוטרעטן און אויפגעבן די פלענער פאר מלחמה. אויפגעבן זיינע מאסן-פארניכטונגס וואפנס וויל ער נישט; מוז מען זיי פון אים צונעמען מיט געוואלד. די אפאזיציאנערע לענדער, אין שפיץ פון פראנקרייך און דייטשלאנד, ווילן אויך נישט נאכגעבן פון זייער זינלאזער עקשנות נישט צו דערלאזן אמעריקע טאן וואס זי וויל. און וויבאלד די סיבה פאר דער אפאזיציע איז נישט מחמת איבערצייגונג אז מען קען שליכטן דאס פראבלעם אן מלחמה, נאר דערפאר וואס זיי פארגינען נישט אמעריקע שפילן די ראלע פון וועלטס-גרויסמאכט, איז אנצונעמען אז זיי וועלן נישט אפטרעטן פון זייער ליניע. אויב עפעס, וועלן זיי נאכמער פארהארטעוועט ווערן. דערפאר לאזט זיך אננעמען, אז די סיטואציע מיט איראק איז מסוכן און פראבלעמאטיש סיי-וויאזוי מען איר באהאנדלען. יא גיין אין מלחמה, מיינט אן אפענעם, ממשות’דיגן ריס צווישן אמעריקע-ענגלאנד און פראנקרייך-דייטשלאנד - אלע פיר מעכטיגע לענדער און אנערקענטע גרויסמאכטן. נישט גיין אין מלחמה מיינט א שטארקע מעגליכקייט פאר’ן ערגסטן, ה’י. א שאד אז די מענטשהייט איז באשאנקען מיט אזא קורצן זכרון. א שאד וואס זי איז געשלאגן מיט בלינדקייט, און זעט נישט וואס דאס קען ברענגען. באמת א שאד.