פרטים, ביטע

יואלישל

New member
פרטים, ביטע

כבין דא ניי. ווער סוויל זיך נעמען די מי, זאל מיך ביטע זאגן וויפיל מיטגלידער זענען פאראן אויף דעם פארום, וויפיל יידיש-רעדנדע, און וואספארא ערליי יידן (פרומע, האלב-פרומע, פרייע)?
 
../images/Emo145.gif

אין די לעצטע דרײַ מאָנאַטן האָבן דאָ געשריבן 63 פּסעוודאָנימען. אויב איך וועל זײַן פֿון די מחמירים וועל איך זאָגן אַז 8 פֿון זײ האָבן מער ווי איין פּסעוודאָנים, זענען מיר געבליבן מיט 55 מיטגלידער. פֿון דעם נעם אַרויס אַזעלכע וואָס האָבן בטעות אַרײַנגעשריבן עפּעס אָדער אַזעלכע וואָס האָבן געפֿרעגט אַ פֿראַגע און אַנטלאָפן אד"ג, בלייבן מיר מיט סאַמע 40 מיטגלידער. לגבי די מאָס פֿון די פֿרומע און האַלבע פֿרומע (וואָס איך דאָס פֿאַר אַ מין
), ווײס איך נישט גענוי ווײַל אַ צאָל שרײַבערס זענען און ווילן בלײַבן אין דער גניזה און ווילן נישט דערציילן זייער אָפּשטאַם צי סאַציאָלישי פּרטים.
 

קערבאלע

New member
OT DOS DI TSORE

FRIYER HOT MEN GEKONT ARAYN A KUK TON VIFL PARSHOYNEN ZENEN FARSHRIBN, OBER ATSIND KEN MEN ZEN NOR YEDN ONTEYL-NEMER BAZUNDER KOL-ZMAN ER ODER ZI SHRAYBT TAKE EPES ON. AGEV, ZAYT MOYKHL VOS IKH SHRAYB AYKH MIT OYSYES GALKHES, DI YIDISHE OYSYES ZENEN MIR LES-ATE FARFALN GEGANGEN... A HARTSIKN GRUS ALE UNDZERE KHAVEYRIM SAY INDERHEYM SAY DI VOS ZENEN IN KHUT-LOORETS! VI ES VINCHT AYKH TOMID, AYER, KERBALE
 

גאטליעב

New member
איך בין פריי אומרעליזשן

אָבער מיַין יידיש איז פון די חרדישע געמיינדע וואָס כ'אָב זיך אָפגעשאָקלט פון זיי
 
למעלה