צווייטער טייל
לאמיר פרובירן סומירן די געשעענישן, און זען צי די קריגערישע אטמאספערע אין וועלכער די יו-ען האט אריינגעטראגן די וועלט האט אן אנדערן הסבר אויסער פוסטער נאציאנאליסטישער גאווה. אמעריקע וויל ארויסגיין אין מלחמה קעגן איראק. די סיבה דערצו איז, ווייל איראק זאמעלט וואפן פון מאסן-פארניכטונג. אדאנק די-דאזיגע אקטיוויטעטן האט דאך די יו-ען אויף איר ארויפגעלייגט שווערע עקאנאמישע סאנקציעס. דאס פראבלעם מיט איראק’ס זאמלען די-דאזיגע מסוכנ’דיגע געווער איז נישט נאר ווייל עס איז אינטערנאציאנאל פארבאטן, נאר אויך און בעיקר ווייל כוסעין וועט זיי גאנץ זיכער ניצן, ווי ער האט עס שוין געטאן אין דער פארגאנגענהייט. ס’איז קלאר ווי דער טאג, אז ווען סאדאם כוסעין וועט איין טאג באטראפן ווערן פון א שלעכטער גיסטע, וועט ער נישט טראכטן צוויי מאל איידער’ן דורכפירן א ביאלאגישע, כעמישע, אדער נוקלעארע אטאקע אויף א צווייטן לאנד וואס ער באטראכט אלס זיין שונא, ווי אמעריקע, מדינת ישראל, ענגלאנד, אדער איינס פון די אנדערע מערב-וועלט לענדער. ס’איז נישט קיין ספק אז כוסעין פארמאגט זאפאסן מיט געווער פון דעם סארט, ווייל אלע ווייסן אז ער האט זיי פארמאגט אין דער פארגאנגענהייט און האט זיי נאך קיינמאל נישט ארויסגעווארפן. ווען די יו-ען אינספעקטארס האבן אנגעהויבן זוכן פאר די-דאזיגע וואפן נאך דעם גאלף-קריג, האט ער זיי ארויסגעווארפן פון לאנד. דאס קען דאך אויף קיין פאל נישט מיינען עפעס אנדערש ווי, ’יא, איך פארמאג וואפנס פון מאסן-פארניכטונג, און ניין, איך וויל בשום אופן נישט דו זאלסט זיי פון מיר צונעמען.’ דאס איז שוין וואס מיר, דער אלגעמיינער עפנטליכער פובליקום זעט און פארשטייט. ס’איז גאנץ זיכער, אז פראנקרייך, דייטשלאנד און די איבעריגע ’הומאניטארע’ מלוכות וועלכע זענען פלוצלונג געווארן שרעקליך איבערגענומען מיט סאדאם כוסעינ’ס קריוודע, האבן קראנטע שפיאנאזש באריכטן איבער די אונטערגרונד-טעטיגקייטן פונ’ם איראקישן דיקטאטור. און פארט זעען מיר, אז די-דאזיגע לענדער קעמפן מיט ציין און נעגל אז אמעריקע זאל חלילה נישט אנפאלן איראק. די סכנה פון אטאקירט ווערן דורך איראק מיט גיפטיגע וואפן, לויערט נישט אויף אמעריקע מער ווי די אנדערע מערב-וועלט לענדער. טא פארוואס אין דער וועלט זאלן זיי זוכן צו שטערן די אמעריקאנער פרואוון אים צו אנטוואפענען און באזייטיגן פון דער וועלט די געפאר פון פארטיליגונג? די אנגעגעבענע תירוצים פאר אפאזיציע זענען כמעט אלע-ווי-איינער ליידיג און לעכערליך. דער בעסטער באווייז דערצו איז, אז די אויסריידן האלטן זיך אין איין בייטן. און ווי ביי דער מכה פון צפרדע אין מצרים - ווען עס פאלט אוועק איינער, קומען באלד אונטער צען אנדערע, איינער זינלאזער ווי דעם אנדערן. קודם האבן די-דאזיגע יו-ען לענדער גע’טענה’ט, אז מען דארף דורכפירן אינספעקציעס. ווער זאגט עס דען אז די דורך-אמעריקע ארויסגעריקטע ארגומענטן זענען אמת? דערנאך האבן זיי געהאלטן אין איין פאדערן מער און מער צייט. זיי האבן זיך געשטיצט אויף דער טענה פון דעם הויפט יו-ען אינספעקטאר, האנס בליקס, אז עס פאדערט זיך א לענגערן טערמין צו קענען געהעריג פעסטשטעלן צי איראק פארמאגט ווירקליך די וואפנס. יעצט, ווען בליקס זעלבסט האט געזאגט פאר דער זיכערהייט-ראט פון דער יו-ען אז איראק קאאפערירט נישט, טענה’ן פראנקרייך און דייטשלאנד אז ער האט דאס געזאגט אונטער אמעריקאנער דרוק. נעלסאן מאנדאלא, דער געוועזענער שווארצער פרעזידענט פון דרום אפריקע איז געגאנגען אזוי ווייט ווי באשולדיגן פרעזידענט בוש אין זוכן פשוט איבער-צונעמען די איראקישע אויל-קוועלער. ’איראק פראדוצירט פיר-און-זעכציג פראצענט פון דער אלוועלטליכער אויל-פראדוקציע, און בוש וויל אייננעמען איראק ווייל ער וויל לייגן א האנט אויף דעם אויל.’ קודם כל, האט די פרעסע אנגעוויזן, איז עס א גראדער ליגנט; איראק פראדוצירט בסך הכל פינף פראצענט פון דער אלגעמיינער אויל-פראדוקציע. דער ציפער פון פיר-און-זעכציג קלינגט פשוט ווי א בעסערער יסוד אויף וואס צו באזירן אזא באשולדיגונג. בכלל האט די-דאזיגע טענה ווייט אריבערגעשפרייזט יענער זייט גרעניץ משוגעת: זינט ווען אינוואדירט אמעריקע אנדערע לענדער צוליב אייגנניצן? אמעריקע איז שוין געווען פארוויקלט אין מערערע קאנפליקטן און האט שוין אליין דורכגעפירט א צאל מלחמות. אבער שטענדיג איז עס געקומען בלויז מיט’ן ציל צו באפרייען די וועלט פון בלוטדורשטיגע טיראנען אדער אראפווארפן א דיקטא-טורישן רעזשים וואס האט געפייניגט און פארשקלאפט די ארטיגע באפעלקערונג. דער בעסטער באווייז דערצו איז, אז אמעריקע האט קיינמאל נישט אנעקסירט קיין באזיגטע לענדער, נאר באלד איבער-געגעבן די מאכט צו א דעמאקראטישער רעגירונג, וואס איז דערוועלט געווארן אין פרייע וואלן דורך דער ארטיגער באפעלקערונג. *