צוויי לידער פון דעם דיכטער וועלוול
טייערע, ליבע פריינד, איך וועל, חלילה, ניט מאריך זיין. דא אונטן וועט איר געפינען א "לינק" צו צוויי לידער פון מיין חבר, מיטצייטלער, קאלעגע און בן-עיר -- דעם יידישן דיכטער -- וועלוול טשערנין. די צוויי לידער זענען איבערגעדרוקט געווארן אין דעם HYDEPARK יידישן פארום ("דער אידישע בלאט"). ד"ר וועלוול טשערנין איז געבוירן געווארן אין מאסקווע אין 1958, ער איז אויך א באקאנטער פארשער פון יידיש און יידישער ליטעראטור אין אוניברסיטת בר-אילן און איינער פון די סאמע טאלאנטירטע -- אויב ניט דער טאלאנטיטסטער -- יידישער פּאעט פונעם "יינגערן" דור. ער האט ארויסגעגעבן צוויי ביכער לידער אין ישראל -- דאכט זיך אין 1996 און 2000 און זיך געדרוקט זינט די 1980ער אין פיל יידישע זשורנאלן און צייטשריפטן. עד כאן, מיינע ליבע פריינט, און אָט איז דער אדרעס וואו מע קען לייענען זיינע צווי לידער: http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=124815