ברוכים הנמצאים!
זייער חשובער פריינד יידישיסט און אלע אנדערע ליבהאבער פון מאמע-לשון, איך בין געווען ביז-גאר צופרידן זיך אנצושטויסן אויף אייער פארום. א קלייניקייט עפעס, א באזונדערער פארום געווידמעט אינגאנצן יידיש אויפן ישראלדיקן וואו עברית איז שולט צומאל בכיפּה און צומאל אן דער כיפּה! עס קומט אייך אן אופריכטיקער און א הארציקער ישר-כוח. וואס שייך מיין ווייניקייט, בין איך ייד וואס וועלעכער קאטארי ... שוין צום באדוערן ווייט ניט קיין יינגעלע נאר מיין ליבשאפט צו אונדזער לשון בלייבט בפירוש יונג און פריש. בכלל פארנעם איך זיך טאקע בפועל ממש מיט לערנען יידיש מיט זיך און מיט אנדערע יידישע שפּראך און ליטעראטור און פון צייט צו צייט "זינדיק איך אונטער" מיט יידישע לידער. וואוינען וואוין איך נעבעך אין גלות נאר פארבלייבן פארבלייב איך א ישראלי און א ירושלמער וואו איך האב געהאט די זכיה צו פּראווען מיין בר-מצוה מיט 31 יאר צוריק גלייך ביים אנקומען אינעם יידישן לאנד פונעם סאוועטישן גלות. זייט מוחל וואס איך האב זיך אזוי ברייטלעך צעשריבן בפרט נאך דעריקרשט וועגן זיך. כ´ווינטש אייך אלעמען א סך געזונט און גליק און פארשטייט זיך אויך די ברכה -- לשנה טובה תכתבו ותחתמו!