יידישקייטן
New member
צופעליג געטראפן
איך האב עס נישט געליינט, איך האב געזעהן אז עס איז יידיש האב איך אים אהער גבראכט דער ייִדישער קעניג ליר קטלאַ קניא ר´ אפֿרים איז געװען װאָס מען רופֿט אַ פֿאַרצײַטישער ייִד. אַז מען האָט אױף אים געזאָגט אַז ער איז אַ מדקדק על קלה כּבֿחמורה איז עס נישט געװען קײן שאַבלאָן --- װאָס פֿאַר אַ חומרא עס איז נאָר פֿאַראַן האָט ר´ אפֿרים אױף זיך מקבל געװען. ער איז אָבער נישט געװען קײן ליטװאַק און אַװדאי נישט קײן בריסקער. ער האָט נישט געקענט מסביר זײַן אַלע זײַנע חומרות. ער האָט נישט געװוּסט צי ער פֿאָלגט דעם רמבם צי דעם ראבֿ"ד אַיעדער אין דער פֿרי װען גײענדיק אין מקװה פֿאַרן אױסזאָגן תּהילים פֿאַר שחרית האָט ער אַרױסגענומען דעם השך-שטאָפּער װען ער האָט זיך געטובֿלט. ער האָט זיך נישט געטובֿלט ש"אי טבֿילות; קײן משוגענער איז ער נישט געװען. פֿאַרקערט, טראָץ אַלע זײַנע חומרות האָט ער געשפּעט פֿון די פֿרומאַקעס, װי ער פֿלעג זײ אָנרופֿן. אָבער קײן סך האָט ער זײ אַזױ נישט גערופֿן װײַל קײן סך האָט ר´ אפֿרים נישט גערעדט. שבת איז ר´ אפֿרים געגאַנגען אָנגעטאָן אין די ברילן אױפֿן גאַס. זײַן טלית-קטן איז נישט געװען קײן שיִער חזון איש און שבת איז ער נישט געלאָפֿן אין פֿופֿצן שולן יוצא זײַן זכור דאורײתא. דאָס אַלץ איז הלכהיש פֿרום, די מאָדערנע פֿרומקײטן אימפּאָרטירט פֿון בני ברק דורך לײקװאָד און פֿלעטבוש. ביז זײ זענען אָנגעקומען קײן װיליאַמסבורג װוּ ר´ אפֿרים איז געװען אַן אײַנװױנער האָבן זײ פֿאַרלױרן זײערע ישיבֿהשן טעם, װיפֿל טעם דאָס איז שױן, און זײַנען געװען װי חוקת הגױים אין די װיליאַמסבורגער אױגן. קלײן אינדזעלעך פֿון תּורה אין אַ ים פֿון חסידות. די מאָדערנע פֿרומקײטן װי נישט אױפֿמאַכן קײן פֿריזשידער שבת זענען אין װיליאַמסבורג נישט נאָר װי גופֿים אָן נשמות נאָר אַפֿילו דער גוף האָט נישט קײן הענט און פֿיס. אַרײַנגעברענגט דורך די פּױערישע סאַטמערער בחורים װאָס גײען לערנען אין ליטװישע ישיבֿות --- די אײדעלע, ערלעכע בלײַבן אין די הײמישע ישיבֿות --- און קומען אַהײם אָנגעבלאָזן. האַקן אַ טשײַניק װעגן מינחה פֿאַר שקיעה, מאַכן אַװעק רבינו תּמס זמן און דער מגן אַבֿרהמס סוף זמן קרי"ש איז זײ שױן נישט גוט. נאָר דער גר"א-זמן טױג זײ. אַ װעלט מײנען זײ אַז זײ האָבן אַנטדעקט. װײניק װײסן זײ אַז אין אײן װינקעלע װיליאַמסבורג ליגט מער װעלט װי אין פֿופֿצן רחובֿ חזון אישן און רבי עקיבֿאס צונױפֿגעשטעלט. לא כן ר´ אפֿרים. זײַנע חומרות זײַנען אַלע געװען פֿון דער הײם, װי די טאַטעס און זײדעס האָבן זיך געפֿירט דורי דורות. די עופֿות האָט די בני בית אַלײן כּשר געמאַכט, בלעטער סאַלאַט האָט ער נישט געגעסן חוץ פּסח בײַ נאַכט אױף מרור. װען די געקליבענע סאַלאַטן מיט אַ הכשר זענען אָנגעקומען איז ר´ אפֿרים נישט נתפּעל געװאָרן. ער האָט זיך געהאַלטן בײַ זײַנעם. אין דער הײם האָט מען עס נישט געגעסן און ער עסט װײַטער נישט