צי קענט מיר עמיצער דערקלערן עפעס?

צי קענט מיר עמיצער דערקלערן עפעס?

פארוואָס, אזוי ווי איר זעט אויך אין די הודעה (ווי אזוי רופט עס זיך אויף יידיש?) קערט זיך איבער דער פתח אין קמץ? דאָס איז א צייטליכער פראָבלעם (איך ויל אזוי האָפן), צי עפעס א גענערעלער FUCK אין די פאָרומס סיסטעמע? א דאנק יונה
 
אוי, מיין אלטע פארקאליכטע קאָפ!

איך האָב געמיינט צו זאָגן "קמץ אין פתח", און ניט פארקערט
.
 
ביסט נאָך נישט פאַקאַלעכט...

דער פּראָבלעם איז אין דיַיַן קאָפּיוטער, מיר האָט דאָס אויך פּאַסירט אַמאָל... ס´האָט צו טאָן מיט די גרויס פונעם פאָנט און מיט דער אונטערשייד צווישן די שורות. למעשֹה, אפילו ווען דו זעסט נישט דעם פּתח, עקזיסטירט ער און אַנדערע קענען אים יאָ זען.
 
ס´איז מיר געלונגען.

ייִדישיסט דו ביסט גערעכט. איך האב פֿאַרקלענערט דעם פֿאָנט און עס האָט זיך ערליידיקט. אַ שיינעם דאַנק
 

מתנדב

New member
מדארף טאקע פֿאַרקלענערט דעם פֿאָנ

און איך בייט זייער שטארק נישט שרייבן נישט שיינע וורטער, א משל FUCK אין
 
מתנדב, דו ביסט א רעליגיעזער, יאָ?

אויב אזוי שרייב ניט קיין "ניט שיינע" ווערטער, עס ניט קיין שוויין און דריי זיך ניט ארום אן א קאפל. אבער אין דעם פארום פאראן אויך פרייע חברים, און דו האסט זיי ניט קיין רעכט צו צווינגען. זאָג מיר אויב איך בין ניט גערעכט.
 

מתנדב

New member
סא´יז דא אויכט פרייע חברים, און

ס´איז דא אויכט א אנדרע מאנטשען אז זיי נישט קיין פרייע, וועגן דעם איך האב גיבעטן אז מ זאל מכבד זיין אלאמען. און איך האלט ווטער א סא´יז נישט שיין שרייבן א זאלעכע ווערטער.
 
אוי, מיר גיין דאָ אריין אין אן אלטע

מחלׂקת: וער דארף מכבד זיין דעם צווייטן: די פרייע צי די רעליגיעזע? פארוואָס, צום ביישפיל, ועסט דו ניט מכבד זיין מיין רעכט צו שרייבן ואָס איך ויל?
 

מתנדב

New member
איך גיי נישט אריין און המחלוקת,

און נאך אזאך ווי דו האסט גיזען אז איך האב נישט מכבד גווען דא איינער?. און איך בייט נאך א מאל.
 

adam222

New member
אבער דאס הייסט נישט שעלטן!!!

סאיז א ´פועל´ - א זאך וואס ממאכט! צו די האסט דאס ליב צו נישט, דאס איז אפעס אנדערש.
 
ניבול פה האט נישט מיט דעם צו דו

ביסט א פרומער צו דו ביסט א פרייע א בעסערע ציליווערזיטער מענטש וואס ער האט דרך ארץ מיט א ביסל רעספעקט וועט נישט שעלען UNLESS HE IS A LOW LIFE
 
און אויב

איך בין אן ערגע וילדע חיה ואס האט ניט קיין טראָפן דרך ארץ צו קיינעם- דענמאלס מעג איך רעדן אזוי וי איך האָב ליב? איך, צו מיין גרויסן באדויערן בין ניט אזא איינער, אָבער לשיטתך איך מוז זיין כדי טאָרן רעדן אזוי וי איך האלט פאר ריכטיקן... א שאָד.
 
למעלה