קללות א פארשלאג

minci

New member
קללות א פארשלאג

גוט מארגען [מיטיק] נועם בשמחה אכתוב על בסיס שבועי פינת קללות ביידיש אבל אולי יהיה עדיף אם זה לא יהיה במסגרת הפורום כי אז ההודעות יילכו לאיבוד ב"ים הפורום" ולמתעניינים יהיה קשה לעקוב אחריהן לכן אני מציע לפתןח פינה באתר עצמו שתהיה מוקדשת לנושא. "און אזוי איך און אנדערע וועל קענען בארייכן אונדזערע יידיש..." וואס זאגסטו?
 
תכין רשימה מכובדת

מנוסחת ובלי שגיאות כתיב. כתוב בפורום פעם בשבוע תחת כותרת "אִ קללה אויף דײַן קאָפּ" (או כותרת משעשעת אחרת). אני אכניס את הנאמר בהודעה ובשרשור שלאחריו למאמר ברשימת המאמרים. אין לי אפשרות לתת מקום אחר בדף הקהילה. אם זה יהיה מוצלח אשים את ההודעה ב"הודעות מומלצות".
 

מוזר

New member
א כאלעריע דיר אין די ביינער אריין

א מיתה משונה זאלסט דו ארייננעמען, פארכאפט זאלסטו ווערען, דער טויפעל זאל דיר אפטראגען, א רוח דיר אין טאטען´ס טאטע אריין, אויף דיין טאטען´ס ערד זאל ער טאנצען. זאלסט זיך באגראבען לעבעדיקערהייט, זאל דיר דער ערד איינשלינגען, זאלסט זיך אויסציען ווי דער הונט דו ביסט. זאל מען דיר פון דא ארויסטראגען ביי די פיס, זאלסט זיין ווי א לאמפ הענגען ביי טאג און ברענען ביי נאכט. אפגעריסענער נידערטרעכטיגער שייעסדרעקיגער הונט, ווילסט שעלטען אין "די איינציגסטע אידישע פארום אין גאנץ וועלט"? בייס דיר אפ די צונג און דערשטיק זיך דעראויף, ווארג זיך מיט די אייגענע הענט פאר דו טראכסט פון אזא שייגעץ שטיק, אויסגעריסען זאלסט דו ווערען. עפעס אזוי? minci ביי אונז טויפט מען נישט אבער אפשר גיסט דו זיך מער א אידישליכער נאמען?
 

Avi Nadra

New member
רשימת הקללות

מען קאָן דאָך שעלטן אין גראַמען אויך. אָט האָסטו אַ בּיישפּיל: מי שבּרַך את... סַדאם זאָל ווערן אַ מת; אַ מת זאָל ער ווערן, אין מאַרק זאָל ער זיך קערן; קערן זאָל ער זיך אין מאַרק, בּרעכן זאָל ער דעם קאַרק; דעם קאַרק זאָK ער בּרעכן, שפּילקעס זאָלן אים שטעכן; שטעכן זאָלן אים שפּילקעס, גיין זאָל ער אויף קילקעס; אויף קילקעס זאָל ער גיין, ונאמר אמן!
 
ברוך-הבא ../images/Emo141.gif

ס´איז פֿאַר מיר און אַלע מיטגלידער פֿון פֿאָרום אַ גרויס כּבֿוד אַז איר שרײַבט עפּעס אַרײַן, כאָטש אַ פּאָר קללות
זײַט אײַך מכבד אונדז צו דערצײלן וועגן אײַערע טעטיקײטן אין ײִדישן געביט וואָס וויפֿל איך ווייס זײַנען זיי חשובֿ און ברייטנעמיק. מיט אַכטונג.
 

נודניצע

New member
../images/Emo88.gifלייענען די תוכחה

איי, אז סע ליגט שוין אויף דער צונג, לאזט מיר אייך פארשעלטן די ביינער - האט ניט קיין פאראיבל און נעמט עס ניט פערזענלעך: זאלסט איינשלינגען א
און ער זאל זיך עפענען ביי דיר אין בויך (צי אין תחת). ווערעם זאלן אים עסן ביים לעבן, ניט דערלעבן זאל ער עלטער צו
ווערן, מע זאל שוים נאך אים א נאמען געבן, איך צו אים - אויף שימחות, ער צו מיר אויף קוליעס, שפילן זאל ער מיטן לעבן און געווינען זאל ער דעם טויט, אזוינע זאל מען געדיכט זייען און שיטער זאלן זיי אויפגיין, דער מלאך-המוות זאל זיך אין אים פארליבן, עס זאל אים דונערן אין בויך און בליצן
אין די הויזן, עס זאל דיר דונערן אין בויך וועסטו מיינען אז עס איז א המן-קלאפער, ארויסשלעפן זאל מען אים די קישקעס פון בויך און ארומוויקלען זיי איבערן האלדז. ברענען זאל ער אן א סטראכאווקע (פארזיכערונג, ביטוח) און אויף אייגן האלץ
, אלע ציין זאלן אים ארויספאלן נאר איינער זאל אים בלייבן אויף צאנווייטיק, גאט זאל אים העלפן: ער זאל שטענדיק זיין געזונט און שטארק אוןשטענדיק פרעגן וואס פאר א וועטער עס איז אין דרויסן.וויפל יאר ער איז געגאנגען אויף די פיס זאל ער גיין אויף די הענט און די איבעריקע זאל ער זיך שארן אויפן הינטן. קיין צער זאל ניט זיין און ער זאל אויך ניט זיין, זיין מזל זאל אים לייכטן ווי די לבנה אין סוף חודש. עס איז ער? ניין יענער איז געווען א געשוואלענער... וועט ער אויך געשוואלן (און געדראלן) ווערן. אך, א דאנק. מיר איז שוין א סך בעסער.
 

גאטליעב

New member
../images/Emo67.gif צו זי האלטן ביי די זייטן

עולם! א ביסל ערנסקייט! טאקע אזוי זאגט איר אייערע ווייבער? אונד וואס איז מיט מאוס´ע ווערטער? שטינקער, קאקער, פישער, מענווול, סרוח, נעוויילע, כאזער, דרעק א.א.וו
 

מוזר

New member
א גוטען הר´ גאטליעב, וואב הערטזיך

אין בעלגיען? דוכט מיר די צוויי הויפטשעלטער האבען ביידע נישט קיין ווייבער... אבער לאז געמאכט. וויאזוי שעלט מען אויף פלעמיש?
 
פֿלעמיש

בײַ אונדז פֿלעגט מען זאָגן אַז מע וויל געבן איינעם אַ פּאָר פּעטש: פֿאַרשטייסט נאָר אין פֿלעמיש?
 

מוזר

New member
נועם, ייווא האט נישט קיין כללים

ווי אזוי צו שעלטען? וואס הערט זיך אין י-ם עיה"ק? ווען איך ווייס ווי קאלט ס´איז דא וואלט איך נישט געקומען.
 

גאטליעב

New member
ס´זייער קאלט דא (נועם../images/Emo8.gif)

און גלויב מיר כ´אב נישט געלערנט קיין ווארט פלעמיש, נאר דאס: תודה=בעדיינקט די נעקסטע וואך אי"ה קום איך צוריק קיין ישראל אויף צו בעגעגינען מיינע טייערע זיסע קינדער, אונד דערנאך וועל זיך כנראה זיך אומקערן אין חו"ל, קען מען דען וויסן סאדאם´ענס פלענער ה"י?
 
יש לי רעיון

מה רע לתרגם "פרשת התוכחה" ביידיש ? ואם לא תלכו בדרכי (פרשת בחיקותי )
 
אוי, אַ פֿאַרגעניגן ../images/Emo13.gif

בײַ מיר אין דער היים, ווײַזט אויס, זײַנען געווען קנאַפּע שעלטערס, אַזוי אַז מײַן ײִדיש אין גאַנץ ריין פֿון קללות, ווער וואָלט געקענט גלייבן. פֿאָרט וועל איך אויגראָבן עטלעכע זאַפֿטיקע: 1. אַ רוח (rikh) אין דײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן 2. דער טויט זאָל דיר נעמען 3. זאָלסט באַקומען יענע מעשׂה (ווען די כּוונה איז אויף ראַק רח"ל) 4. פּייגער הײַנטיקע נאַכט גאַנץ אָרעם, ניין? מיר קלעקט עפּעס נישט מער פֿון דעם. ____________ אַ קליין בקשה פֿון עמעצן אין פֿאָרום: ווער עס האָט די צײַט דערפֿון, זאָל צונויף נעמען די אַלע קללות און זיי נומערירן און צושרײַבן אין קלאַמערן דעם נאָמען פֿונעם אינפֿאָרמאַנט, איבערגעבער. איך האָב נישט גענוג צײַט פֿאר דעם איצט. דערנאָך וועל איך אַרײַנשטעלן די ליסטע אין "רשימת מאמרים" אַלץ אַן אַרטיקל.
 

גאטליעב

New member
אונד פון מין טאטן האב איך געלערנט

אפגיריסינער פערד! שטיק פערד! גיי אין דרערד (דער ערד)!
 

מוזר

New member
איך בין דיר מציע ארויסצוגעבען די

גאנצע גאל אויף איינמאל, אויב ס´אינטערסאנט קען נועם דאס שפעטער אריינלייגען אין טאגליין.
 
למעלה