קען איר דעם משל ?

קען איר דעם משל ?

שפּעטער וועל איך ברעגן דאס מעשׂהלע אויף ייִדיש לויטן פּאָעט אליעזר שטיינבערג. ממש אַ מחיה. אַ גוטן שבת.
 
אַ משל פֿון אליעזר שטיינבערג

אַרויסגענומען פֿון אַ לערנבוך פֿאַר קליינינקע אין חדר - "אַלף-בית", טשערנאָוויץ, 1921, ז´ 3. דער פּאָעט אליעזר שטיינבערג וואָס האַט פֿאַרפּאַסט דאָס ליד איז באַוווּסט מיט זײַנע זיסע משלים אין זײַינע לידער *************************** אַלף-בית! אַלף-בית! אויפֿן בוים אַ שוואַרצע קראָ און אין מויל אַ שטיקל קעז. קמץ-אַלף – אָ! ס´קעצל קומט! אַ גאַסט איז דאָ! ס´קומט דאָס פֿוקסל מאַכט אַ קניקסל און סע רעדט זיך צוקערזיס: דו ביסט שיין און איך בין מיאוס! זינג מיר קראָעלע, זינג אַ לידעלע איך וועל שפּילן אויפֿן פֿידעלע: טרי-רי-ראַ! טרי-ריי-ראָ! שרײַט די קראָ: קראַ! קראַ! קראַ! פֿאַלט פֿון מויל די קעז אַרויס און דאָס מעשׂהלע איז אויס! ******* מילים קשות: קניקסל - קידה
 
למעלה