דער אינטערנאַציאָנאַל
דער אינטערנאַציאָנאַל שטייט אָפ, איר אַלע, ווער, ווי שקלאַפֿן, אין הונגער לעבן מוז, אין נויט! דער גייַסטער קאָכט, ער רופֿט צום וואַפֿן, אין שלאַכט אונדז פֿירן איז ער גרייט. די וועלט פֿון גוואַלדהייַטן און לייַדן צעשטערן וועלן מיר, און דאַן- פֿון פֿרייַהייַט, גלייַכהייַט אַ גן עדן באַשאַפֿן וועט דער אַרבעטסמאַן. דאָס איז שוין אונדזער לעצטער און אַנטשיידענער שטרייַט. מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל שטייט אָפ, איר אַרבעטסלייַט. ניין, קיינער וועט אונדז ניט באַפֿרייַען ניט גאָט אַליין און ניט קיין העלד, מיט אונדזער אייגענעם כלי זין אַ רעטונג ברענגען מיר דער וועלט. אַראָפ דער יאָך! גענוג געליטן! גענוג פֿאַרגאָסן בלוט און שווייס! צעבלאָזט דאָס פֿייַער, לאָמיר שמידן, כל זמן דאָס אייַזן איז נאָך הייס! דאָס איז שוין אונדזער לעצטער אא"וו (און אזוי ווייַטער) דער אַרבעטסמאַן וועט זייַן ממשלה פֿאַרשפרייטן אָפ דער גאַנצער ערד, און פאַראַזיטן די מפלה באַקומען וועלן פֿון ייַן שווערד. די גרויסע שטורמטעג זיי וועלן נאָר פֿאַר טיראַנען שרעקלעך זייַן, זיי קאָנען אָבער ניט פֿאַרשטעלן פֿאַר אונדז די העלע זונענשייַן דאָס איז שוין אונדזער לעצטער אא"וו ייִדישע פֿאָלקסלידער. צונויפֿגעשטעלט – מ´ בערעגאָווסקי און אי פֿעפֿער, קיעוו 1938.