שוועסטער לעבן

שוועסטער לעבן ../images/Emo25.gif

מאָרגן שטעלט מײַן טײַערע שוועסטער אַ חופּה, זי האָט מאָרגן חתונה. איך בין זייער איבעררעשט פֿון דער געשעעניש. ס´איז פֿאַר מיר אַ גרויסע שׂימחה. איך האָב זייער ליב מײַן שוועסטער און איך בין צופֿרידן מיט איר אַרײַנטרעטן אונטער חופּה-וקידושין. נאָר וואָס, איך טו זיך פֿאַרשטייט זיך אָן ווי אַ פֿרומער יונג, "ווי ס´פּאַסט", אָבער פֿאָרט דערקענט מען אין מיר מײַן פֿרײַהייט, נאָך אַלעם טו איך זיך דאָך נישט אָן פּיטשיווקעס וואָס די ר´ אהרלעך זענען מקפּיד מיט זיי (מײַן משפּחה איז פֿון דער ר´ אהרלעך קהילה, די מיט די "זעברעס"), און איך בין אַ גרויסע אַטראַקציע אויף דער חתונה. די געסט דרייען זיך אַרום מיר ווי איך וואָלט געווען מאַלפּע וואָס איז מש איצט אַראָפּגעשטויגן פֿונעם קאָקוסבוים... אַ מאָל האָבן זיי די חוצפּה צו פֿירן מיט מיר אַ חקירה וועגן מײַן פּריוואַטן לעבן, כּאילו (נעאָלאָגיזם?) איך בין זייער סאַמע בעסטער חבֿר אין די צײַט וואָס ס´נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן. מײַן באַליבטע שוועסטער האָט חתונה און ס´ברעגנט מיר גרויס גליק, ס´זאָל זײַן מיט מזל און זיי זאָלן ברענגען אַ סך נחת.
 

fanti

New member
מזל טוב און גיך ביי דיר ../images/Emo49.gif

יידישיסט יקר , אני מאחלת לאחותך מזל טוב ובקרוב אצלך ...
 
זאל זיין מיט מזל../images/Emo65.gif../images/Emo140.gif יידישיסט

און טאקע, גיך ביי דיר ! זאל זיין פרייליך ביי די יידן !
 

קערבאלע

New member
מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב!

פיל גליק, פרייד און נחת! ווי עס ווינטשט אייך פונעם גאנצן הארצן -- אייך, אייער משפחה און אייערע ליבע און נאעטע -- אייער קערבאלע
 

yaely2

New member
מנהל
כיצד מרקדין ../images/Emo68.gif../images/Emo66.gif../images/Emo150.gif

שלום יידישיסט, זאלסט שעפן אסאך נחת פון דיין שוועסטער אונד שוואגער, אסאך מזל טוב פאר דיים יונג פאר פאלק,אונד... אונד... אין קורצן ביי דיר יעל
 
למעלה