שיר לפורים
...
האָפּ מײַנע המן-טאַשן.
מלים ומנגינה : מ. פירוז'ניקוב.
שר : תיאודור ביקל.
יאַכנע דוואָזשע, פֿאָרט אין מאַרק.
האַלט זיך אין איין פּאַקן.
זי דאַרף אויף פּורים,
קויפֿן מעל, המן-טאַשן באַקן.
רעפֿריין:
האָפּ, מײַנע המן-טאַשן,
האָפּ, מײַנע ווײַסע.
האָפּ מיט מײַנע המן-טאַשן,
האָט פּאַסירט אַ מעשׂה.
ס´גייט אַ רעגן, ס´גייט אַ שניי,
ס´קאַפּעט פֿון די דעכער.
יאַכנע פֿירט שוין קאָרנמעל,
אין אַ זאַק מיט לעכער.
רעפֿריין:
האָפּ, מײַנע המן-טאַשן...
רעפֿריין:
האָפּ, מײַנע המן-טאַשן...
יאַכנע טראָגט שוין, שלח-מנות,
צו דער באָבע יענטע.
צוויי דרײַ המן-טאַשן.
האַלב רוי, האַלב פֿאַרברענטע.
רעפֿריין:
האָפּ, מײַנע המן-טאַשן...
https://www.youtube.com/watch?v=WMvLi2lF4a8&index=1&list=RDWMvLi2lF4a8