אפשר אזוי?
אַמאָל איז געוועזן אַ יאַטל דוקא א וואוילער נאש-בראַטל און גראָבלעך דערצו ווי אַ פעסל נאָר זעלטן-ווען האָט ער געגעסן איז זיין מאַמעשי, פרומע-ביילע, איינמאָל אַרויס פון די כלים -- האָט דערלאַנגט אים צום טיש אַ פּאָרציע פיש פאַרפּראָוועט מיט כריין מלא טעם, מלא חן און געזאָגט: עס די פיש די געפילטע אַניט, מיינע יאָרן -- פאַרשפּילטע! פאַרפּראָוועט מיט כריין מלא טעם, מלא חן אַ טעלער מיט פיש מיט געפילטער!