שמתם לב?

grinberg

New member
שמתם לב?

עברתי קצת על ההודעות הקודמות. כל הודעה קצת יותר רציני שהכותב רוצה למשוך תשומת לב הקוראים היא בעברית און נישט אין יִידיש. אזוי שווער איז צו שריַיבן יִידיש??? חברה פאַנגטהאָן צו שריַיבן יִידיש, אז נישט אונז איז ווער וועט היטן אויפן שפראַך???
 
שומר החותם

די יידן וואס רעדן מיין אידיש, זענען אלטערע מענטשן. או זיי גליטשן נישט אין אינטרנט. פאר מיר, אידיש, איז געווען א גרויסע קולטור. און פאלקלאר. היינט ליידער אידיש איז נאר א שפראך פון רעלעגעזר.
 

grinberg

New member
די פארשאלטענע עברית האט עס

צוגעבריֵינגט. וואָס איז געווען שלעכט יִידיש?
 

fanti

New member
פארשאלטענע עברית ???????????

שעמען זולטזיך ... וי קומט אין שפארך אויפן חשבון פון די צוויטע ? די עברית , די שיינע עברית איז אה שפראך פאר אלע יידען אויפן וועלט און אידיש איז נור פאר יידען פון מזרח אירופה. שעמט זיך
 

grinberg

New member
איך רעד אזוי

וויַיל עברית איז געקומען אויפן חשבון פון יידיש, נאָך אַלעס איז עברית נישט געווען א טאָג טעגליכע שפראַך, און עס האָט מבטל געווען אונזער אַלטער יִידישע שפראַך...
 

fanti

New member
עמעס - עברית איז נישט געווען ../images/Emo104.gif

אה יעדער טעג שפראך וואיל ישראל איז נישט געווען קיין מדינה . און איך הוב שוין געזוגט אז דוס איז געווען אה שפראך פאר יידען פון מזרח אירופה און יעצט אז מיר הובן גוט צודאנקען אה מדינה דארפן מיר רעדען עברית . דו פארשטעיס אה וואדע אז איך הוב זעיער ליב אידיש אובר, עברית איז מיין ערשטע שפראך. מיט עברית הוב איך אה מדינה, אה פון
דעם המנון, און מיין כובד אז איך לעב אין מיין שטוב . און הלוואי לערנטמען די קינדער אידיש אין שול , מי דארף ויסען די שפראך. און נישט פארגעסן. אה גוט שאבעס
 

grinberg

New member
אָבער פאַרוואָס וויֵילן העברעיֵיש?

אויפן יִידישער חשבון. רוב יִידן האָבן דאָך גערעט יִידיש. וואָס יִידיש איז דאָך אויך אַן איֵיגענעם שפראַך. די שטאָלצקיַיט פון מדינה וואָלט געווען מיט יִידיש נאָך אזוי ווי העברעיֵיש. אין מיַינע אויגן איז יִידיש שענער פון העבריֵיש, וויֵיניגער אַגרעסיביש און פול מיק קולטור.
 

fanti

New member
די אידן פון ספיין הובן דוך זעיער

שפראך וואלסט זיי געצוונגן צו רעידען אידיש און די מרוקאנער, און די עיראקער , און די תימונער, און אלע וועלען רעיידען דיין אידיש און נישט די שפראך פון די תורה .. דוס איסט - אגואיזם ..
 

grinberg

New member
דעריבער האָב איך דאָך מדגיש

געווען דער ענין פון שטעלציאָנירן. וויַיל איך מיֵין נישט אז דאָס העבריֵישער שפראַך רעד מען האַלץ די חשיבות התורה, נאָר איך מיֵין אַז מע רעט עס האַלץ האָבן אַן היֵיגענעם שפראַך. אויב אַן איֵיגענעם שפראַך בין איך מעדיף יִידיש ווי העבריֵיש. אָבער, אויב בא דיר איז די תורה וויכטיג ביסטו דאָך אַ ריכטיגער אגויסט און אַ ראסיזטישער מאַן... אנטשולדיג וואָס איך רעד אזוי, אָבער זאָלסט מיר מוחל זיַין דו ביסט מיר גורם, וואַרום דו מיֵינסט אַז ווער עס גלויבט נישט אין דיַינע בעשוצונגען (ערכים) דארף זיך שעמען און איז אן אגויסט. ביסט דאך געגן דיַינע טיַיערע בעזעצונגען פון דיַין דעמאָקראַטישע מדינה פגיעה בזכויות האדם און חופש הדיבור, נו אַזאַ פנים האָט אונזער מדינה מיט אירע בעזעצונגען. עס איז נישט דער ריכטיגער פארום רעדן דערמיט, אָבער כ´אָב געמוסט זיך קעגן שטעלן אויף דיַין שרעקלאכן ראַסיזטישקיַיט (גזענות) על חשבות פגיעה בחופש המחשבה... רוני
 
היי, רבילע, בארוהיק זיך!

די ריידע איז בכלל געווען איבערן שפראך און ניט איבער קיין באשוצונגען. לויט דיין שרייב-סטיל מען קען טרעפן גאנץ גרינג פאר וואָסערן שטיקל צייט האָסט אָפגעלאָזט די רעליגיע. באנידעריק דעם פייער און לאָז זיך בארוהיקן. היינט איז דאָך הייליקער שבת-קודש, ניין? איז נאָך א מאָל און טאקע נאָך א מאָל: בא-רו-היק-זיך!
 

grinberg

New member
אז איך זאָג אַז איך האָב ליעב

יִידיש מער פון עברית דאַרף איך זיך שעמען ("שעמען זולטיך! שעמט זיך") און איך בין א אגויסט? ("דאָס היֵיסט א אגויסט!"). איך בין איר זיֵיער מכבד אז זי פילט זיך דאָ אין מדינה ווי אין דערהיֵים, אָבער זאָל זי מכבד זיַין מיַינע פילונגען כלפי וואָס איך וויל... און דו, מע זעט אַז דו ביסט נאָך צו-ווישן די רעליגעזע מענטשן, וואָרום דו פאַרשטיֵיסט נישט, נישט צו ענפלעקטן היֵיגינע אישית´דיגע מֵידַע.
 
מײַן דעה אין דעם עניין

דער עניין איז דאָך זייער פּשוט: איך מיין אויך אַז ייִדיש איז אַ שענערע, מאָדערנערע, פֿולערע, פֿילפֿאַרביקערע, און אַפֿילו מער נוצלעך פֿון העברעיִש. איך וואָלט געוואָלט אַז אַלע דאָ אין לאַנד זאָלן רעדן ייִדיש. אָבער וואָס קען מען טאָן אַז אַ העלפֿט פֿון די בירגער זענען נישט קיין אַשכּנזער, און אויב ייִדיש וואָלט געווען די הויפּטשפּראַך וואָלטן זיי געקראָכן אויף די ווענט צו לערנען די שפּראַך. מע דאַרף פֿאָרט נעמען אין זינען (געווידמעט "דער-רוסישער"ן) אַז דווקא אין מזרח-אייראָפּע האָט מען אָנגהייבן רעדן העברעיִש פֿאַר דער 2טער וועלט-מלחמה, און אין די אַראַבישע לענדער האָבן ייִדן גערעדט די דאָרטיקע שפּראַכן און נישט העברעיִש, דעריבער, אויב סיי ווי סיי אַלע האָבן געמוזט לערנען אַ נײַע שפּראַך וואָלט בעסער געווען אַז ס´זאָל זײַן ייִדיש. ייִדיש האָבן ייִדן גערעדט אין מזרח-אייראָפּע אין די לעצטע 900 יאָר לפֿחות, העברעיִש האָט מען גערעדט צוויי טויזנט יאָר צוריק, און סע איז פֿאַרשווינדן געוואָרן ווי אַ גערעדטער שפּראַך פֿון דער וועלט ביז די ציוניסטן האָבן איר אויפֿגעוועקט פֿון טיפֿן שלאָף, און אַ שאָד וואָס זי איז אויפֿגעשטאַנען.
 

grinberg

New member
איך האָב מורא

אז עברית וועט זיך פאַרלענדן ווערן נאָך פאַר יִידיש. איך האָפ נאָר אַז ס´וועט נישט קאָסטן בלוט פון קיַין מענטשן (מזרח´ישע צו מערב´ישע יִידישע צו נאַצישע וכו´
)
 
סתם אַ שלעכטן חלום |אַ חלום|

נישטאָ אײַקאָנס אויף ייִדיש, האַ ? מע דאַרף מאַכן אַ חרם אויף דער "מאַראַנץ"
))
 

grinberg

New member
פאַרוואָס רעדסטו סתם? ../images/Emo1.gif

חרופ איז דאָך עכטע יִידיש
אויך אוטו
 
נשמה´לע,

יעדער פאָץ קען אריין גיין אין פאָרום "יוצאים בשאלה" און מיט א קליין טראָפן השתדלות טרעפן דאָרט אלע דיינע מעלדונגען. איך האָב גאָרניט אנטפלעקט. און בנוגע צו מיין סביבה (וי אזוי דאָס צו זאָגן אויף יידיש?) האָסט א קליינעם טעות. מידע = אינפאָרמאציע.
 
למעלה