|המס´איז בכלל נאך א פארום פון יידיש
רבותי און גבירותי, ס´קומט אונדז מזל-טוב! פריינד גרינבערג האט -- לפּחות פאר א טייל פון אונדז -- אנטפּלעקט א נייעם פארום אויף און וועגן יידיש. דער פארום הייסט "דער יידישע בלאט" (טאקע לויט דער מער-ווייניקער היינטצייטיקער חרדישער גראמאטיקע און ניט ווי עס וואלט געהייסן אויפן ליטערארישן יידיש "די אידישע [אדער: די יידישע] בלאט"). גיט א קוק אריין אהין אויף: http://www.hydepark.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=1472 עס נעמט אביסל צייט ביז דער גאנצער עסק קריכט ארויף אויפן עקראן, אבער ס´איז בפירוש כדאי! אגב עס איז דא נאך א פארום פון יידיש אבער ער איז אין דער אמתן נאר פאר די רוסיש-רעדנדיקע. עס געפינט זיך אויף: http://www.jewniverse.net/modules.php?op=modload&name=News&file=index נאך בעסער קוקט אריין אויף: http://www.jewniverse.net/modules.php?op=modload&name=Forum&file=index אבער מע מוז דארטן בפירוש קענען לייענען און פארשטיין רוסיש. און דאך, טאמער כאפּט איר זיך אהין אריין וועט איר צומאל דארט געפינען אויך בריוולעך און לענגערע מעלדונגען מיט אפּהאנדלונגען אויף יידיש (אמאל טראנסקריבירטערהייט אבער זייער אפט טאקע מיט אונדזערע אותיות). עס זענען אויף יענעם וועב-זייטל, וואו עס געפינט זיך דער יידיש פארום, פאראן אויך זייער ערנסטע לעקציעס פון יידיש-לימוד. בכלל די אנפירער און א טייל אקטיווע קארעספּאנדענטן פון יענעם פארום זענען זייער ערנסטע קענער פון יידיש, פון געשיכטע און פון רוסישער קולטור. עס פעלט זיי צומאל אויס א ביסל מער גרינטלעך וויסן אויף א ריי געביטן פון יידישער קולטור און ליטעראטור, אבער ערשטנס איז ניט זייער שולד און ס´איז זיכער א צייטווייליקער בלויז, און צווייטנס איז זייער באהאוונטקייט אין יידישער פילאלאגיע און שפּראכקענטעניש זייער אן ערנסטע (לפּחות ביי דריי, פיר פון זיי). דאס זענען, פארשטייט זיך, רוסישע יידן, אפּנים גאנץ יונגע נאך, וואס לעבן אין אמעריקע -- דאכט זיך אין בארא-פּארק. און להיפּוך צו א טייל פון אונדזערע חברה וואס שטאמען אפּ פון פרומע און מסתמא אויך חרדישע סביבות, קומען זיי פון סאוועטישע סביבות וואס זענען געווען לחלוטין אפּגעפרעמדט פון דער טראדיציאנעלער יידישקייט און דעריבער טאקע ווערן זיי אדער זענען שוין למעשה געווארן גוט פרום און גאנץ ערנסט פארחרדיזירט [אדער: פארחרדישט]. אגב, עס זעט אויס אז דער ניו-יארקער אנפירער פונעם יידישן פארום ביים HYDEPARK (זעט וועגן דעם אויבן) איז אויך א פרומער ניו-יארקער, אפּנים א חרדי וואס זוכט אבער א שטיקל ברייטערן קאנטאקט מיט פארשידענע יידישיסטן און ער איז אויך אפּנים שטאלץ מיט די גרויסע דערגרייכונגען פון דער מאדערנער יידישער קולטור און ליטעראטור פון זינט דער צווייטער העלפם 19טן יארהונדערט. צום סוף, איינער פון די רוסיש-שפּראכיקע יידישיסטן פונעם יידיש פארום אויף JEWNIVERSE פירט אויך אן מיט א ריין יידישן פּארטאל וואו מע קען פארעפנטלעכן זאכן אויף יידיש און פירן דיסקוסיעס און אויסטוישן זיך מיט מיינונגען און אינפארמציע אינגאנצן אויף אונדזער מאמע-לשון. דער דאזיקער פּארטאל הייסט DI VELT FUN YIDISH אדער "א גאנצע וועלט פון יידיש" (דאכט זיך אז אונדזער פריינד יידישסט האט עס שוין אמאל דערמאנט), גייט אהין אומבאדינגט אריין און גיט א קוק דארט אויף: http://whyjudaism.com/post/html/index.php ליידער איז דארטן נאך דערווייל זייער עלנט און גאנץ ליידיק, זעלטן ווען קומט מען אהין אריין און דעריבער געפינט מען דארט א שלל מיט ליידיקע "קעסטלעך", די פארשידענע קעסטלעך, דאס הייסט די פארשידענע רובריקן אדער קאטעגאריעס צו באהאנדלען און פארעפנטלעכן יידישע ליטעראטור, קולטור, שפּראך ענינים און אזוי ווייטער ווייזן אז דער נייער פּארטאל פארמאגט א גרויסן און אין תוך זייער א געזונטן פּאטענציאל. עס ווילט זיך דעריבער זייער האפן אז דער יידישער פּארטאל, "א גאנצע וועלט פון יידיש" וועט זיך אינגיכן צעוואקסן אין א פיל-זייטיקן, צענטראלן און ערנסטן וועב-פּלאץ פאר יידיש און יידישער ליטעראטור, געשיכטע, פאלקלאר און קולטור. עד כאן. איך גלייב ניט אז א סך פון אייך האבן אויסגעהאלטן צו דערלייענען מיין צעווילדעוועט פּלאפּלעניש ביזן סוף. מיר אליין איז א גרויסער חידוש וויאזוי איך האב זיך אזוי שוין טאקע אויף אן אמת צו-ברייטלעך צעשריבן. א גאר ווארעמען גרוס אייך אלעמען, ווי עס ווינטשט אייך פונעם גאנצן הארצן, אייער, קערבאלע