../images/Emo19.gifמיין שטעטעלע אילת../images/Emo19.gif
אוי סאַ עולם-הזה איז דאָ אויף דער וועלט… אוי ווי גוט איך האָב קאַמאַנדעוועט אין אילת די לעצטע דרײַ טעג. גאָט וועט מיר זיכער שטראָפֿן מיט ברענענדיקע שפּיזן ביז ס´וועלן… אופּס, דאָס איז פּשוט פֿון אַן אַנדער בוך וואָס איך לייען איצט, אַ גרינער פֿון גרינער שטאָט - אַן אַסאָסיאַציע פֿון יונתן גפֿן… בקיצור, מיר האָבן געטריבן ספּאָרט-שיפֿעלעך פֿון כּלערליי מינים, קליינע און גרעסערע. אילת איז דער גן-עדן פֿאַר בטלנים און פֿאַר ספּאָרטלער אין איינעם. איך למשל, איך האָב אַ פֿאָביע פֿון טיפֿע וואַסער… האָבן די חבֿרה גשריגן חי-וקים און ס´האָט זיי געהאָלפֿן אַ טאָטער… איך גיי נישט אַרויף אויף קיין שום שיפֿל וואָס איז קלענער פֿון דעם טיטאַניק, פּשוט און פּראָסט! און אַפֿילו דעמאָלט, נאָר אויב איך בין האַלב שיכּור, ניט-באַוווּסטזיניק, אַפֿשר דעמאָלט קען מען רעדן מיט מיר וועגן די עניינים. מיינט איר אפֿשר אַז איך האָב נישט געהאַקט אַ לעבן? אַ טעות אַ גראָבער! איך בין פֿאָרט אַרויסגעפֿאָרן אויף צומאָרגנס מיט אַ שיף וואָס האָט אַ גלעזערנעם דנאָ און מע קען זען די נפֿלאות-הטבֿע פֿון דער נאָנטן… איך האָב דאָרטן געזען אַזעלכע שיינע פֿיש און איך האָב נאָר געטראַכט וועגן "געפֿילטע פֿיש"… מײַנע חבֿרים האָבן מיר, פֿאַרשטייט זיך, אָפּגעלאַכט, אָבער מיר איז בעסער אַ קלאָפּס געפֿילטע פֿיש איידער אַזעלכע מיני חבֿרים וואָס ווייסן וואָס דער אמתער עולם-הזה באַטײַט - געפֿילטע פֿיש. איר מוזט מיר גלייבן אַז איך האָב באמת נישט געוואָלט רעדן איצט וועגן געפֿילטע פֿיש, באמת… שוין, איך מוז לויפֿן… די פֿיש גייט איבער און איך מוז פֿאַרקלענערן דעם פֿײַער…