../images/Emo25.gifשיר ארוטי כדבעי../images/Emo25.gif
תּאווה-פֿונקן / לייב נײַדוס *********** איך ליב דײַן נויג, דײַן יעדן בויג, ווען ס´שטראַלט דײַן אויג פֿון גליק; אין ליב אַזוי דײַן צאַרטן "אוי", וואָס שמעקט מיט טוי פֿון גליק... איך ליב אָן ברעג דײַן פֿרייד און שרעק בשעת איך וועק דײַן בלוט; בשעת איך צינד, מײַן ליבעס קינד, דײַן יונגע זינד און בלוט. ניט טראַכט, ניט קלער פֿון דײַן באַגער... וואָס דאַרפֿסטו מער פֿון גליק? טאָ זינג און בלי, און קוש און ברי, פּרעס קני צו קני אין גליק...