א נייע משתתפת

../images/Emo57.gifא נייע משתתפת

ביטע שרייבט מיר אינטערעסאנטע ארטיקלען אדער וויצן.א דאנק אייך.
 
ברוכה הבאה צו אונדזער פֿאָרום

אינטערעסאַנטע אַרטיקלען זײַנען שוין דאָ, און וויצן פֿרעג ייִדישיסט וועגן זיי.
 
../images/Emo24.gif אַ בריוו פֿון מנחם-מענדל...

ס´אַ שיינעם נאָמען – שׂרה-פֿייגע, אפֿשר שרײַב דאָס בעסער אויף ייִדיש ? - שׂרה- פֿייגע. עס דערמאָנט מיר שײַנע-שײַנדל מנחם-מענדלס פֿרוי..... קאַטאָוועס איז אַ גרויסער לץ ווי זײַן נאָמען אַליין זאָגט עדות, אין שיק דיר אַריבער צו מיר ? אַ פּאַסקודניאַק....
 
און נאָך עפּעס >

ס´איז דאָ אַזאַ מין טראַדיציע אַז יעדער נײַער דערציילט וועגן זיך אַ פּאָר ווערטער: פֿון וואַנעט קענט איר ייִדיש, וואָס טוט איר און אַזוי ווײַטער (פֿאַרשטייט זיך אַז דו קענסט מיר שפּייען אין פּנים און אויסלאַכן, אָבער איך וועל נקמה נעמען....
שוין ס´האָט נישט קיין שייכות צו דעם פֿאָרום). איצט איז דײַן שליכט צו דאָס טאָן...
 
טייערע יידישיסט

איך דאנק דיר זייער אז די פארנעמסט דיך מיט דעם פארום.א יישר כוח דיר! מיין יידיש איז פין דער היים. דוס איז מיין מאמע לאשן. איך בין א געבוירענע פין פולין. און איך האב ליב א סאך וויצן און שיינע שפרעך ווערטער אין יידיש. איך האב געוואלט שרייבן שרה-פייגע אזוי ווי די האסט מיר געוויזן אבער עס איז מיר ניט געלונגען, דער מחשב האט ניט געלאזט. זיי מיר געזונט.
 
וואָס שייך שרה פֿייגע צו שיינע

שיינדל? איך האָב געוווסט אַז דו וועסט איר אָפּשיקן צוריק צו מיר.
 

yaak

New member
מען זאגט נישט "משתתפת"....

עס דאכט זיך אז מען זאגט "מיטגליד"....
 
א דאנק

די ביסט גרעכט. איך האב געזיכט דוס יידישע ווארט, און די האסט מיך ארויס געצויגן פין דער בלאטע. איך גלייב אז די קענסט גיט יידיש.
 
צו געזונט

דער איינציגער וואָס קענט ייִדיש פֿולשטענדיק אין פֿאָרום מי אַלע פּיטשעווקעס איז ר´ ייִדישיסט.
 
למעלה