מלות השיר אויפֿן וועג שטייט אַ בוים
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים שטייט ער אײַנגעבויגן; אַלע פֿייגל פֿון דער בוים זײַנען זיך צעפֿלויגן: דרײַ קיין מערב, דרײַ קיין מזרח, און די רעשט - קיין דרום, און דער בוים געלאָזט אַליין הפקר פֿאַרן שטורעם ... זאָג איך צו מײַן מאַמען: – הער, זאָלסט מיר נאָר ניט שטערן, וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי באַלד אַ פֿויגל ווערן ... איך וועל זיצן אויף דעם בוים און וועל אים פֿאַרוויגן, איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט, מיט אַ שיינעם ניגון. זאָגט די מאַמע: – ניטע, קינד! – און זי וויינט מיט טרערן, – וועסט, חלילה, אויפֿן בוים מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן ... זאָג איך: – מאַמע, ס´איז אַ שאָד דײַנע שיינע אויגן, און איידער וואָס און איידער ווען בין איך מיר אַ פֿויגל ... וויינט די מאַמע: איציק קרוין, זע, אום גאָטעס ווילן, נעם זיך מיט אַ שאַליקל קאָנסט זיך נאָך פֿאַרקילן. די קאַלאָשן טו זיך אָן – ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער; און די קוטשמע נעם אויך מיט, וויי איז מיר און ווינד מיר! ... און דאָס ווינטער-לײַבל נעם, טו עס אָן, דו שוטה, אויב דו ווילסט ניט זײַן קיין גאַסט צווישן אַלע טויטע