William, William

קעצעלע

New member
William, William ../images/Emo108.gif

אַנומלט האָט מען דאָך דאָ אין פֿאָרום געשמועסט וועגן שעקספּירן און איבערזעצונגען אויף ייִדיש – קוקט אַרײַן אין דער הײַנטיקער אויסגאַבע פֿון "פֿאָרווערטס", ז´ 18: דאָרט פֿאַראַן אַ לאנגע רעצענזיע וועגן בערל לאַפּינס איבערזעצונג "סאָנעטן" פֿון וויליאַם שעקספּיר. אַ נײַע אויסגאַבע קען מען איצט קויפֿן בײַם אַרבעטער-רינג אין ניו-יאָרק.
 
איך וואַרט אויף מאָרגן...

צומאָרגנס וועט דאָס מסתּמא שוין זײַן אָנלײַן אין דעם פֿאָרווערטס וועבזײַטל, וועל דאָרט אַ קוק טאָן און אפֿשר אויך ברענגען דעם לינק. אַ דאַנק קעצעלע.
 
למעלה