יידיש

"געזען האָב איך ייִדישע ווערטער ווי פֿײַערלעך קליינע ווי פֿונקען, געצויגן פֿון פֿינצטערן אַרץ. געפֿילט האָב איך ייִדישע ווערטער, ווי טײַבעלעך ריינע, ווי טײַבעלעך ריינע, די טײַבעלעך וואָרקען און וואָרקען אין האַרץ" ... (משה קולבאַק).
ברידער און שוועסטער, אַזוינס האָט איר נאָך נישט געזען! "ײִדיש, ײִדיש און ווידער אַ מאָל ײִדיש" – דאָס איז אונדזער מאָטאָ. • דאָ וועט איר לייענען ײִדיש און וועגן ײִדיש. • דאָ וועט איר זיך טרעפֿן מיט ײִדישיסטן און ײִדישיסטקעס פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. • דאָ וועט איר זיך נישט דאַרפֿן שעמען מיט אײַער מאַמע-לשון. • דאָ וועט איר זיך פֿילן אין דער הײם, אינטים און אײַנגענעם. • דאָ וועלן זיך די פֿאַרביסענע העברעיִסטן ברעכן צײן צו פֿאַרשטיין עפּעס וואָס. הקיצור, אַלע סיבות אין דער וועלט אײַנטײל צו נעמען אין אונדזער פֿאָרום. מיט כּבֿוד און דרך-ארץ, נועם סטאַריק, חיים לוי.
למעלה