דאס האט מיר דארמונט די מעשה
מיט דעם רב'ס אלמנה, הנישט זייער אאלטע ווייבל. זענען געקומען די גבאים פון שטעטל און איר געזאגט אז עס פאסט נישט אז אן אלמנה זאל זיצן אליין, אן א מאן. און זיי האבן דערפאדערט איר צו חאסענע האבן. אבער דייר איינציגסטער נישט געחאסענעגעהאטער מאן אין שטעטל איז געווען דווקא דער קצב. זי האט זאך נישט אזוי געפרייט צו אראפ גיין המדרגה און חתונה האבן מיט דעם קצב, האבער די גבאים האבן זאך גע'עקשנט און די חתונה איז געווען, מיט אגוטע מזל'דיקע שעה, דאנערשטיק ביי נאכט. פרייטיג אינדערפרי קומט דער חתן צו די כלה און זאגט איר "מיין פעטער שלמה פלעגט זאגן אז צו מאכן די מצווה פרייטיג אינדערפרי בריינגט מזל צו דעם ערב שבת" האבן זיי געמאכט א מצווה. מיטאג איז ער געקומען צו די כלה און געזאגט "מיין פעטער פייבל פלעגט זאגן אז צו מאכן א מצווה פרייטיג מיטאג איז זייער גוט צו מקבל שבת זיין". האבן זיי געמאכט א מצווה. נאך ליכט בענטשן איז ער געקומען און דארציילט וואס דער פעטער יענקל פלעגט זאגן, נאכן עסן אט ער דארציילט וואס זיין טאטע פלעגט זאגן, שבת אינדערפרי וואס די מאמע אט געזאגט און אזוי גלייכן. זונטיג גייט די פרישע כלה צום אויבגאס צו קויפן אפאר זאכן. טרעפט איר א חבר'טע וואס פרעגט "נו, איז ווי אזוי איז דער נייער מאן? זיכער נישט ווי דער רב עליו השלום, הא?" ענטפערט זי "טאקע, נישט ווי דער רב, אבער ער שטאמט פון א וונדערבארע פאמיליע".