חס-ושלום ../images/Emo3.gif
אים האָב אים אַ נאָמען געגעבן זעליג ווײַל איך האָב ליב ייִדיש און זעליג קלינגט מיר ממש ייִדיש, אָבער איך האָב נישט געמיינט צו טשעפּען עמעצן מיט דעם נאָמען.... איך ווײס אַז מײַנע עלטערן וואָלטן חוזק-געמאַכט פֿון אָט דעם נאָמען אָבער איך מיין באמת נישט צו זאָגן עפּעס מיט דעם. נו, איך דאַרף דיר נישט דערציילן ווי די פֿרומע קרײַזן גיבן זיך אָפּ צו קעץ, ניין ? זיי וואָלטן אויסגעלאַכט איינער וואָס באַהאַנדלט זיך מיט אַ קעצל, און דערצו רופֿט אים "זעליג", און גיי גיב זיי צו פֿאַרשטיין אַז דו האָסט פּשוט ליב ייִדיש, וואָס דאָס אַליין קענען זיי אויך נישט אַראָפּקײַען... זײַ געזונט, ברודער, און גריס מײַן זיידן.