מכוח דעם הויזן
טייערער יידישיסט, איך ווייס נישט אויב דו ווייסט עס שוין, (זיי מיר מוחל, איך האב נאך נישט באוויזן צו לייענען אלץ וואס די חברים האבן דא געשריבן), אבער "הויזן" איז אויך א ווערב (הויזן מיט/ביי - גיב א קוק אין וויינרייכס ווערטערבוך), און איך מיין אז סע שטאמט פון "הויז" - לעבן/וווינען אין א הויז, עפעס אזוי.