איך האב געזוכט אינעם קאטאלאג פון די נאציאנאלע ביבליאטעק און דאס בוך איז נישטא אויף יידיד, נאר אויף עברית.
וועגן די איבערזעצונגען האב איך געלייענט אין אן אויטאביאגראפיע פון באשעוויס זינגער. ער האט געהאט א באנדע איבערזעצערינס (ער האט זייער ליב געהאט פרויען) פונעם יידישן מקור אויף ענגליש. ער האט אליין קאנטראלירט די איבערזעצונגען. ער האט געבעטן אז די איבערזעצונגען אויף אנדערע שפראכן וועלן זיין פונעם ענגליש.
ס'זיינען פאראן נאר א פאר ביכער אויף יידיש וואס ער האט פובליקירט אין פוילן, ווי דער קנעכט, מיין טאטנס בית דין שטוב, דער קונצמאכער פון לובלין, דער שטן אין גאריי, מעשיות פון אונטערן אויוון, די פאמיליע מושקט דער בעל תשובה.
די ביכער וואס ער געשריבן אין ניו יארק זיינען פובליקרט נאר אינעם היינט אונטער דעם נאמען יצחק ווארשאווסקי