א ליד פונעם סאוועטישן-יידישן דיכטער
משה טייף ק י כ ע ל ע ך א ו ן ז ע מ ע ל ע ך שײן איז מאָסקװע אָװנט צײַט, װען עס פֿאַלט אַ שנײעלע, גײ איך אױף דער גאָרקי-גאַס [די הויפּט-דאס אין צענטער מאָסקווע] מיט דער יוגנט פֿרײען זיך אין אַ קלײט האָב איך דערזען קיכעלעך און זעמעלעך - בין איך אױף דער גאַס אַרױס מיט אַ ליד - אַ זמרל. שטײט! שטײט! שטײט! ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט, גײט אַרײַן אַהער אין קלײט קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט קיכעלעך און זעמעלעך, קיכעלעך און זעמעלעך. שלעפּט מיך אָפּ אַ ייִנגעלע, פֿרעגט מיך עפּעס שעמעװדיק: Что такое кихелэх? [ברוסית: וואָס אי אזוינס "קיכעלעך"?] Что такое зэмэлэх? [ברוסית: וואָס אי אזוינס "זעמעלעך"?] קוק איך אױף דער ייִנגעלע, גלעט זײַן פֿוטער-היטעלע, און עס װערט מיר טרױעריק, נאָר איך זינג מײַן לידעלע: שטײט! שטײט! שטײט! ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט, גײט אַרײַן אַהער אין קלײט קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט קיכעלעך און זעמעלעך, קיכעלעך און זעמעלעך. זינג איך, און מיר דאַכט, איך הער, װי עס בעט מײַן ייִנגעלע: טאַטע, קױף אַ קיכעלע, טאַטע, קױף אַ זעמעלע. װוּ ביסטו, מײַן ייִנגעלע? װוּ ביסטו, מײַן טײַערער? דאַכט זיך, אַז דו שרײַסט צו מיר פֿון די געטאָ-פֿײַערן: שטײט! שטײט! שטײט! ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט, גײט אַרײַן אַהער אין קלײט קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט קיכעלעך און זעמעלעך, קיכעלעך און זעמעלעך. שײן איז מאָסקװע אָװנט צײַט, װען עס פֿאַלט אַ שנײעלע, גײ איך אױף דער גאָרקי-גאַס מיט דער יוגנט פֿרײען זיך. זע איך קינדער, גיב איך זײ קיכעלעך מיט זעמעלעך, און מיר דאַכט, די גאַנצע װעלט זינגט מײַן ליד - מײַן זמרל. שטײט! שטײט! שטײט! ניט אײַלט אַזױ, ניט לױפֿט, גײט אַרײַן אַהער אין קלײט קױפֿט פֿאַר אַלע קינדער, קױפֿט קיכעלעך און זעמעלעך, קיכעלעך און זעמעלעך. =============================== מקור השיר המובא באינטרנט: http://www.jewniverse.net/modules.php?op=modload&name=Forum&file=viewtopic&topic=158&forum=5 =============================== משה טייף איז געווען א באקאנטער יידישער סאָוועטישער דיכטער (1904-1966). זיין גאנצע משפּחה -- איינגערעכנט זיין קליינעם זון -- זענען אומגעקומען אין מינסקער געטאָ. איך אליין געדענק ווי אין די 1960ער אין פארשידענע ברויט און קאָנדיטאָריע-קראָמען האָט מען אָפט געקענט קויפן חלה "халэ", קיכעלעך "кихелэх", זעמעלעך "зэмэлэх", און טייגלעך "тейглэх". משה טייפן געדענק איך זייער גוט, ער איז געווען אונדזער שכן אין מאסקווע: 1963-1966 הגם איך בין געווען בלויז 8 יאָר אלט ווען ער איז געשטאָרבן. מער וועגן משה טייפן און אן אנדער וויכטיק ליד זיינס קען מען לייענען אויף: http://www.ibiblio.org/yiddish/AV/gtzey.html