עונג @ שבת, נומ´ 15
8.11.2002 __________________________ אַ גוטן שבת קינדעלעך און בעלי-בתים, איך האָב מיטגעברענגט עפּעס אַזוינס און אַזעלעכץ… עפּעס מע רעדט וועגן דעם אין גאַנץ בראָד. אַ מין בלעטל מיט אַ נאָמען ווי פֿון די נאַלוועקעס גאַסן, עפּעס אַ געווינס, נישט צו גלייבן… יאָ יאָ שרײַט נישט אַזוי, ס´איז דאָ גענוג פֿאַר אַלעמען… יאַנקל קום אַהער, צעטייל פֿאַר די חבֿרה… לאָזט איבער פֿאַרן שמשׂ און פֿאַרן רבין זאָל זײַן געזונט… ער דאַרף דאָך לייענען עפּעס נאָכן טשונט… דעם בהמה-גסה… שוין שוין, איך נעם צוריק מײַנע ווערטער נאָר קויפֿט שוין אויס דעם גאַנצן בײַטל… אַ בלעטל וועגן די נײַע פּאָעטין קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, מע דערציילט אַז אין די נײַע קאָלאָניעס אין ארץ-ישׂראל זעצט מען איר איבער אויך העברעיִש אָבער איר וועט האָבן דעם זכות איר צו לייענען אויף איר מאַמע-לשון… אַ "עונג @ שבת", אַ 15טן נומער פֿאַר אַ רובל… ביליק ווי באָרשט, זיס ווי האָניק, ריין ווי די מאַמעס אונטערוועש…. שששש שוין איך נעם צוריק מײַנע ווערטער… איך בין אַ גראבער יונג? דער רוח זאָל דיר נעמען… דײַן מאַמעס נבֿלה… גוט גוט איך פֿאַרמאַך מײַן מויל נאָר דײַן פּיסק וועל איך נאָך צעשמעטערן… מיר איז עפּעס מאָדנע דער שטרודל וואָס שטעקט ווי אין וויסטן מידבר אין מיטן דעם עונג שבת, נו מילא מע זאָגט אַז דער רעדאַקטאָר איז אַ ביסל צעדרייט… בום-טראַאַאַך… אײַ…