עונג @ שבת, נומ´ 25

מצטער!

ליידער בין איך נאר א וויצענמאכער און ניט קיין עצות-געבער. גוטע און ערנסטע עצות קען מען באקומען אומזיסט ביי אונדזער מנהל נועם סטאריק. (אין בן-גוריון´ס צייטען, אזא איינער וואס פארנעמט אזא חשובע פאסט ווי "מנהל פורום", וואלט גימוזט טויטשן (בייטן) זיין "גויישע" פאמיליע נאמען צו אן היברעאישן: "זקן").
 

1haam

New member
מילא, א מזל אז מען רופט אים נישט

תהלים-זאגער. אפשר וואלט בן גוריון אים מכריח זיין צו טוישן אויף ´אומר´? ס´וואלט נישט געווען אינגאנצן שלעכט. דו קענסט די וויץ וועגען דעם קאטער וואס האט געווארן אן עצות-געבער?
 

1haam

New member
לאכן איז געזונט, פאנטילע, דאקטוירים

הייסן לאכן
 
דן בן אמוץ

דוכט זיך מיר, אז דן בן-אמוץ´ס ארגינאלע פאמיליע-נאמען איז טאקע גיווען "תהלים זאגער". דרך אגב: ס´איז דא אן אלטען סקעטש פון דן בן-אמוץ, וואס אין איהם דערציילט ער א מעשה אויף א שיינע הויכע אינטעלעגענטע ליטווישע יידיש, און שפעטער דערציילט ער די זעלבע מעשה אויף "יידיש עממית" און מיט די קוויטשעריי פון א פוילישען איד. כדאי דאס צו הערן. אבער ווי באקומט מען די אלטע פלאטע?
 

1haam

New member
איך האב טאקע געהאט דב"א אין

זינען. איך קען נישט דאס מעשה פון דן בן אמוץ´ן. דעמאלט האב איך נישט געהארעכט אסך יידיש, צום באדוירן. טאמער דו געפינסט דעם פלאטע, שיקסע צו מיר, דאס הייסט, שיק זי...
 

קעצעלע

New member
הירשל, אַך און וויי!../images/Emo108.gif

פֿאַר וואַס אַזאַ פֿײַנטשאַפֿט אַקעגן ייִוואָ? צי קענסטו נאָך אַנדערע שפּראַכן? עפּעס? ענגליש, פֿראַנצייזיש, רוסיש? דעמאָלט שרײַבסטו אויך פּשוט ווי עס קומט דיר אַרײַן אין זינען?
 

1haam

New member
יישר כח נועם, ורה, חיים און גילה

פאר דיין ´הרבצת-תורה´. אלץ א מתחיל במצווה (שרייבן יידיש) געפון איך דאס זייער הילפענדיק. הירשל-ציג, כאפ נישט, איך וועל דיר ענטפערן אויפן ארט (אלץ א פוילישע).
 
למעלה