שאלות לדוברי היידיש החביבים.

DerBleistift

New member
שאלות לדוברי היידיש החביבים.

שאלות. 1. עד כמה גדול הוא הדמיון בין יידיש לגרמנית? הן מבחינת מילים, הן מבחינת דקדוק. 2. האם דובר גרמנית יבין יידיש? האם דובר יידיש יבין גרמנית? עד כמה קשה\קל הוא המעבר משפה אחת למשנה? 3. האם ישנן שפות נוספות אשר השפיעו על היידיש, מלבד גרמנית ועברית? 4. כמה אנשים בעולם מדברים כיום יידיש?(הערכות או מספרים מדוייקים) כמה מהם אינם יהודים? 5. האם מבין חברי הפורום ישנם דוברי גרמנית? מקווה לשמוע תשובות.
תודה רבה ו... איינה גרוייסה מציאעה הפורום שלכם.
 

מוזר

New member
אין ענטפער צו דיינע שאלות...וואס

קיין איינער פון זיי האט נישט קיין קלארער תשובה, צופעליג. איך וועל אנהויבען מיט נומער 3 יידיש קומט פון א בייערישען דיאלעקט פון אלטע האך-דייטש אויב איך געדענק ריכטיג ד.ה. אז דייטש האט קיין "השפעה" געהאט- ס´געבויעט אויף דעם, מאדערנער עברית זיכער נישט. די אמאליגע "לשון הקודש" וואס איז כמעט נישט דערקענבאר איו די היינטיגען עברית האט געהאט די גרעסטע השפעה, נאך דעם כמעט אלע סלאווישע שפראכען, פויליש,רוסיש אונגאריש אא"וו.גאס האט פארשאפט פארשיעדענע דיאלעקטען אין יידיש אזוי אז מיין איין זיידע האט זיך אפגערעט ער האט די אנדערע נישט פארשטאנען. יעצט, אויף צוריק, ווי גרויס איז דער ענליכקייט צווישען יידיש מיט דייטש וועט זיך ווענדען אין וועלכע יידיש? אונגאריש,גאליציאנער,ליטוויש,פויליש,רוסיש צו ירושלימער? אויבערלאנדיש יידיש צו´ם ביישפיעל איז גאנץ נאנט צו דייטש, אנדערע זיינען איינער נענטער און איינער ווייטער, דאס אלץ מבחינת ווערטער דקדוק קעו איך נישט. צו א דייטש וועט פארשטיין יידיש צו פארקערט ווענדעט זיך אויך אין דעם איך,פאר אייניגע יאהר, האב גערעדט מיט א דייטשער טוריסט נישט קענענדיג מער דייטש ווי וואס איך האב געלייענט אין "דער שפיעגעל" און נאך צוויי, דריי אזעלכעס איך האב פראביערט צו רעדען מיט אן אויבערלאנדעש´ן אויסשפראך און ער האט גאנץ גוט פארשטאנען ווידער מיין חבר וואס איז צוגעקומען און האט גערעדט א ריין ירושלימער יידיש האט ער קיין ווארט נישט פארשטאנען אזוי וועסט דו פארשטייען אז ווי שווער דארף זיין די איבערגאנג פון איין שפראך צו´ם צווייטען ווענדט זיך אויכעט איו די אויבענדערמאנטער און אויכעט אין ווי שנעל א תפיסה די מענטש האט ס´דא גוים וואס רעדען יידיש איך האב געהערט פון צוויי אראבער דא און פון עטליכע שווארצעס אין ארה"ב צו דיינע לעצטע צוויי שאלות סטאטיסטיק דארפסט דו פרעגען יידישיסט און יא איך האב זעך אויסגעלערנט צו רעדען דייטש איך לייען גאנץ גוט און איך רעד אזוי-אזוי נ.ב. "איינע גרויסע מציאה"
 
טייערער מוזר!

איך וואלט געלייענט וואס דו שרייבסט ווייל ס´איז מיט טאקע אינטערעסאנט אבער, בבקשה, שטעל אריין פונקטן, קאמעס און ליידיקע שורות. אזוי קען איך, און מסתמא אויך אנדערע אין פארום, פשוט נישט לייענען וואס דו שרייבסט, און ס´איז ממש א שאד!
 

מוזר

New member
לכבוד הבה"ח...יידישיסט../images/Emo140.gif

דו ביסט גערעכט, אבער. זייטס אזוי גוט, באמיה זיך נאך איין מאל און לייען וואס איך האב נעכטען געענטפערט אין פריערדיגען שרשור און ביטע ענטפערט אדער דא אדער אין פרטי ס´טאקע א שאד, א גראבען שאד.
 

קעצעלע

New member
טײַערער מוזר...../images/Emo108.gif

זינט וועו איז אונגעריש אַ סלאַווישע שפּראַך??? האָסט געוואָלט שרײַבן: אוגראָ-פֿיניש, ניין? און אויב דו דערמאָנסט שוין אָט די שפּראַך, אפֿשר קענסט טאַקע ברענגען עטלעכע דוגמות, ווי אַזוי אויגעריש האָט געהאַט אַ השפּעה אויף ייִדיש?
 

מוזר

New member
מיאו! צו זאגען טייערער קעצאלע איז

ממש מוזר, ניין? וואס פאר א פעריקטען שפראך איז אונגאריש ווען נישט סלאוויש ווייס איך נישא אבער "עז יו" איך האב געמייענט גאנץ אוסט-אייראפע איז סלאוויש. קיין ביישפיעלען קען איך דיר אויך נישט ברענגען אף´ן מאמענט אבער די פאקט איז אז אונגארישער יידיש איז גאנץ אנדערש ווי פוילישע צו ליטווישע דעריבער נעם איך אזוי אן האסט געזעהן מיין ברוך הבא? (פריערדיגען קייט)
 
דאס מיינט איר ר´ מוזר ?

ממש מוזר, ניין? וואס פאר א פעריקטען שפראך איז אונגאריש. ווען נישט סלאוויש ווייס איך נישא אבער "עז יו" איך האב געמייענט גאנץ אוסט-אייראפע איז סלאוויש. קיין ביישפיעלען קען איך דיר אויך נישט ברענגען. אף´ן מאמענט. אבער די פאקט איז אז אונגארישער יידיש. איז גאנץ אנדערש ווי פוילישע צו ליטווישע. דעריבער נעם איך אזוי אן האסט געזעהן מיין ברוך הבא ? (פריערדיגען קייט)
 

מוזר

New member
א גרויסען יישר כח ר´ בן אהרון!

ווען דו קענסט מיר נאר געבען אנווייזונגען ווי אזוי דאס נאך-צומאכען...
 
די גאנצע תוירה.

נאך יעדן זאץ, וואס איר לייגט א פונקט. גיט א קוועטש אויפן Enter
 

מוזר

New member
יישר כח נאך אמאל

מיר אויסלערנען אויסצושטעלען די בלאט אביסעל שענער קענסט דו אויכעט?
 
הייבט אן צו שרייבן, וועט מען זיין.

יעדער קוועטש איז א נייע לינייע. צווי מאל, בלייבט, איינע ליידיק. א קוועטש אויפן backspace גייט דאס אויף צוריק.
 

קעצעלע

New member
מוזר!!!../images/Emo108.gif

קעצעלע איז אַ "זי", פֿאַרשטייט זיך, זאָלסט דאָס געדענקען. איך רוף דיך דאָך אויך נישט אָן "טײַערע מוזר".
 

מוזר

New member
אנטשולדיגט! איך האב נישט באמערקט

איך זעה נאר פון אויבען איהר זיצסט דאך פון הינטערוויילעכץ. און אויסערדעם צניעות´דיגער איז צו מאכען זיך נישט וויסענדיג דערפון און רעדען בלשון זכר (די קייט איז אין"איז עמעצער דא")
 

גאטליעב

New member
צוויי פראגעס צו דיר ´מוזר´

אפשר איז דאס פון וועגן מיין עם-הארץ´עס. וואס איז ´א בייערישן דיאלקט פון האלטע האך-דייטש´, און וואס איז ´אויבערלאנדישע יידיש´?
 

מוזר

New member
לכבוד הבה"ח גאטליעב

בייערין איז א טייל פון דייטשלאנד אין פארשיעדינע ערטער איו דייטשלאנד האט מען גערעדט אנדערש אין דייטש איז אויכעט דא דיאלעקטען איינער פון זיי איז "האך" אדער ווי ביי אונז געזאגט הויך דייטש אזוי ווי מ´רעדט שוין דייטש א שיינע פאר יאהר האט אריינגעקראכען אין די שפראך פארשיעדענע ענדערונגען אזוי אז ס´מעגליך א היינטיגען דייטש וואלט נישט פארשטאנען זיינע עלטער-עלטער זיידע אונגארין איז געווען צוטיילט אויף אבערלאנד און אונטערלאנד אונזער זיידעס און רוב חסידישע יידען שטאמען פון אונטערלאנד, די חתם סופר איז געווען פון אויבערלאנד די יידיש וואס מ´האט גערעדט איז געווען אנדערש, און די אהערלענדיש´ן איז געווען נענטער צו דייטש א גוטען
 

קעצעלע

New member
נאָך אַ מאָל...../images/Emo108.gif

מוזר, זײַ מיר מוחל, אָבער איך דאַרף דיך נאָך אַ מאָל פֿאַרריכטן: Hochdeutsch איז נישט קיין דיאַלעקט,נאָר די אָנגענומענע כּלל-שפּראַך פֿון עפּעס 100 מיליאָן רעדנערס אין אייראָפּע.
 

מוזר

New member
א קעצעלע מיט ציינער!../images/Emo188.gif

איך גיב דיר רעכט און איך הייב הענט. דיאלעקט איז נישט געווען די ריכטיגע ווארט. וואס איך האב געמיינט צו זאגען איז אז אויסער האך-דייטש רעדט מען נאך א ווערסיע (ווי צו די אלע שווארץ יאהר ס´הייסט האב איך פארגעסען אבער איך געב אכטונג דאב נישט צו רופען א דיאלעקט) איך מיין אז מ´רופט עס עפעס אזוי ווי ניעדערדייטש. פארוואס האקסט דו אלעמאל אפ אין מיטען און לאזטס מיר מיט´ן לעצטען ווארט? ס´פאסט נישט פאר א ווייב
 

קעצעלע

New member
וואָס הייסט???../images/Emo108.gif

מוזר, אַ שיינעם דאַנק וואָס דו דערציילסט מיר וואָס עס "פּאַסט פֿאַר אַ ווײַב". ס´איז זיכער אינטערעסאַנט פֿאַר אַלע מיידלעך און פֿרויען וואָס קוקען אַרײַן אין פֿאָרום. טאָ זײַ ממשיך ...
 

מוזר

New member
מיאו... סאמע ערשטענס א ווייב

מוז פלוידערען אהן אויפהער, נישט לאזענדיג א צווייטערזאל זאגען א ווארט. ווייטער, אז ס´איז עם שוין געלונגען צו האבען אריינגערוקט א ווארט טאר זי עם נישט בלייבען שולדיג... פון מיין ערפאהרונג ביז אהער האב איך געמיינט אז אלע ווייבער ווייסען דאס (און פראקטיציערען עס). ביסט זיכער אז דיין פארוואנדלונג צו א קאץ האט מישט לויז געמאכט עפעס א שרויף? זאל איך אויסרעכענען נאך? אה.. יא.. די גרינגסטע וועג זיי אנצוציען איז צו בארעדען ווייבער....
 
למעלה