שירים ביידיש בנושא השואה והגבורה.

שירים ביידיש בנושא השואה והגבורה.

לבקשת מנהל הפורום בני הרשקוביץ אני מעלה כאן 14 שירים. אם זה אפשרי, אבקש לא להשתרשר, במהלך העלאת השירים, עד שאסיים בסימן
אונטער די פּוילישע גרינינקע ביימעלעך. [תחת עצי פולין- הירקרקים. ] מלים : י. פאפירניקוב. מנגינה: י.אלתר. אונטער די פּוילישע גרינינקע ביימעלעך. שפּילן זיך מער נישט קיין משהלעך, שלמהלעך. שפּילן זיך מער נישט, קיין שרהלעך לאהלעך. נישט אויף קיין גרעזעלעך,נישט אויף קיין שנייעלעך. ס'הילכן שוין מער נישט, קיין ײדישע שטימעלעך. פֿון קונדײַסימלעך, מאָטעלעך שימעלעך. מיט די צעקרעלטע, צודראַפּעטע צורהלעך. פֿונעם באַווײַזן וווּנדערים, און גבֿורעלעך. ס'טרויערן אַצינד, די פּוילישע ביימעלעך. טויט זײַנען הײַמען, און הײַמעלעך. טויט זײַנען געסעלעך, חרבֿ די הײַזעלעך. וווּ עס פֿאַרשטעקן זיך, קינדערלעך וווּ מײַזעלעך. יידישע קינדער, מיט גרויסע אויגאַנעס. שוואַרצע אַזוי, ווי מיט חושך פֿאַרצויגענע. אייגעלעך פֿולע, מיט פּחד פֿאַרלאָפֿענע. אונטער דעם אומגליק דעם, ברוינעם געטראָפֿענע אונטער די פּוילישע, גרינינקע ביימעלעך. שפּילן זיך מער נישט, קיין משהלעך, שלמהלעך. שפּילן זיך מער נישט, קיין שׂרהלעך לאהלעך. נישט אויף קיין גרעזעלעך, נישט אויף קיין שנייעלעך. * השיר נכתב בהשראת שירו של חיים נ. ביאליק. "תחת עצי פולין הירקרקים" שיר ילדים מפורסם בשעתו.
 
2

אונטער דײַנע ווײַסע שטערן. [תחת זיו כוכבי שמים.] מלים: אברהם סוצקובר. מנגינה : אברהם ברודנו. אונטער דײַנע ווײַסע שטערן. שטרעק צו מיר, דײַן ווײַסע האַנט. מײַנע ווערטער זײַנען טרערן, ווילן רוען אין דײַן האַנט. זע, עס טונקלט, זײער פֿינקל, אין מײַן קעלערדיקן בליק. און איך האָב גאָר, ניט קײן ווינקל,זײ צו שענקען דיר צוריק. און איך וויל דאָך, גאָט געטרײַער. דיר פֿאַרטרויען, מײַן פֿאַרמעג.ווײַל עס מאָנט אין מיר אַ פֿײַער, אוּן אין פֿײַער מײַנע טעג. נאָר אין קעלערן, און לעכער, וויינט די מערדערישע רו. לויף איך העכער, איבער דעכער. און איך זוך: וווּ ביסטו, וווּ ? נעמען יאָגן מיך משונה. טרעפּ און הויפֿן, מיט געוויי. הענג איך, – אַ געפּלאַצטע סטרונע, און איך זינג צו דיר אַזוי: אונטער דײַנע ווײַסע שטערן, שטרעק צו מיר דײַן ווײַסע האַנט. מײַנע ווערטער, זײַנען טרערן, ווילן רוען אין דײַן האַנט. * בשיר מדבר סוצקבר על צפייתו, לניקמת האל, על הזוועה שנעשתה ביהודים.
 
3

וווּ איז דאָס געסעלע ? [היכן הסימטה ?] וווּ איז דאָס געסעלע ? וווּ איז די שטוב ? וווּ איז דאָס מיידעלע, וועמען כ'האָב ליב ? אָט איז דאָס געסעלע. אָט איז די שטוב. אָט איז דאָס מיידעלע, וועמען כ'האָב ליב. וווּ איז דאָס טײַכעלע ? וווּ איז די מיל ? וווּ איז דאָס דערפֿעלע ? וווּ איז די שיל ? אָט איז דאָס טײַכעלע, אָט איז די מיל. אָט איז דאָס דערפֿעלע, אָט איז די שיל. אַרײַן אין דעם שטיבעלע, מײַן ווייטיק איז גרויס. אַלץ איז געבליבן, אַ חלום נאָר בלויז. נישטאָ מער דאָס געסעלע, נישטאָ מער די שטוב. נישטאָ מער דאָס מיידעלע, וועמען כ'האָב ליב. * היכן הסימטה, הבית, בית-הכנסת, הטחנה, הנערה שאהבתי ? הכל חרב ונעלם.
 
4

אלי אלי, למה עזבתּני ? מלים ומנגינה: יעקב סנדלר. אלי אלי , למה עזבתני ? אין פֿײַער אין פֿלאַם, האָט מען אונדז געברענט. איבעראַל, האָט מען אונדז געמאַכט,צו שאַנד און צו שפּאָט. דאָך אופּצווענדן האָט אונדז, קיינער ניט געקענט. פֿון דיר מײַן גאָט,און פֿון דײַן הייליקע, תּורה, און דײַן געבאָט. אלי אלי, למה עזבֿתּני ? אלי אלי, למה עזבֿתּני ? טאָג און נאַכט ,נאָר איך טראַכט, פֿון דיר מײַן גאָט. איך היט מיט מורא, אָפּ דײַן תּורה דײַנע צען געבאָט. ראַטע מיך,ראַטע מיך פֿון געפֿאַר. ווי אַמאָל, די אבֿות,פֿון בייזן גְזָר . הער מײַן געבעט, און מײַן געוויין. העלפֿן קענסטו אונדז, נאָר אַליין. שמע ישׂראל ! אדושם אלוקינו, אדושם אחד ! * בשיר קובל המשורר על השם אלוקינו אשר זנח את עמו ישראל. עשה אותו לשימצה וללעג בין הגויים. הוא מבקש את עזרת האל במצוקתו, כי למרות הכל, לא זנח את תורתו הקדושה ואת עול המצוות.
 
5

ווילנה. מלים : א.ל. וולפסון. מוזיקה: אלכסנדר אולשנסקי. ווילנע שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות. ווילנע ײִדישלעך פֿאַרטראַכט. וווּ עס מורמלען, שטילע תּפילות. שטילע סודות,פֿון דער נאַכט. אָפֿטמאָל זע, איך דיר אין חלום. הייס געליבטע ווילנע מײַן. און די אַלטע ווילנער געטאָ, אין אַ נעפּלדיק שייַן . ווילנע, ווילנע, אונדזער היימשטאָט. אונדזער בענקשאַפֿט און באַגער. אך ווי אָפֿט עס רופֿט דײַן נאָמען, פֿון מײַן אויג אַרויס אַ טרער. ווילנער געסעלעך, ווילנער טײַכן, ווילנער וועלדער, באַרג און טאָל. עפּעס נאָיעט, עפּעס בענקט זיך נאָך די צײַטן, פֿון אַמאָל. כ´זע דעם װעלדעלע זאַקרעטע. אין זײַן שאָטן אײַנגעהילט, װוּ עס האָבן ווילנער לערער, אונדזער װיסנדורשט געשטילט. װילנע האָט דעם ערשטן פֿאָדעם, פֿטו דעם פֿרײַהײַטס־פֿאָן געװעבט. און די ליבע קינדער - אירע מיט אַ פֿרײַהײַטס, גײַסט באַלעבט. רעפריין... ווילנע ווילנע. שיר געגועים אופייני לקהילות שחרבו. ווילנה ירושלים דליטא. העיר אשר הובילה בעם היהודי, ברבניה ותלמידי החכמים. גם באוצרות הרוח, וגם ברוח החופש והתיקווה.
 
6

פּאַרטיזאַנער ליד. [שיר הפרטיזנים] מלים : הירש גליק. מנגינה: דמיטרי פוקארס זאָג נישט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג; קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ! פֿון גרינעם פּאַלמען-לאַנד ביז ווייַטן לאַנד פֿון שניי, מיר קומען אָן מיט אונדזער פּייַן, מיט אונדזער וויי, און וווּ געפֿאַלן איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט, שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט. ס'וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הייַנט, און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿייַנט, נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר – ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור. דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ, ס'איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרייַ, דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט. טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג, כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג. קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה – ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ! == אל נא תאמר הנה דרכי האחרונה. ... זה יום נכספנו לו עוד יעל ויבוא ומצעדינו עוד ירעים, אנחנו פה ! הירש גליק משורר ופרטיזן מווילנה. נרצח ע"י הנאצים . בן 22 היה במותו.
 
7

ישראליק. ווערטער : ל. רוזנטאל. מוסיק : מ. וועקסלער. נו קויפֿט זשע פּאַפּיראָסן, קויפֿט זשע סאַכאַרין, - געוואָרן איז הײַנט סחורה ביליק, ווערט. אַ לעבן פֿאַר אַ גראָשן, אַ פּרוטה אַ פֿאַרדינסט, - פֿון געטאָ -הענדלער האָט איר דאָך געהערט. רעפֿריין : כ'הייס ישראָליק, איך בין אַ קינד פֿון געטאָ, כ'הייס ישראָליק - אַן הפֿקערדיקער יונג. כאָטש פֿארבליבן אין גלות געטא, דערלאַנג איך אַלץ נאָך אַ סווישטשע און אַ זונג ! אַ מאַנטל אָן אַ קראָגן תחתונים פֿון אַ זאַק קאַלאָשן- האָב איך-ס'פֿעלן נאָך די שיך... און ווער עס וועט נאָר וואַגן צו לאַכן, אוי אַ סאַך, דעם וועל איך באַווײַזן ווער בין איך! רעפֿרײַן... כ'הייס ישראליק... ניט מיינט מיך האָט געבוירן, די הפֿקרדיקע גאַס - בײַ טאַטע מאַמע אויך געווען אַ קינד - כהאָב ביידע אָנגעוואָרן ניט מיינט אַז סאיז אַ שפּאַס !- איך בין געבליבן, ווי אין פֿעלד דער ווינט. רעפריין...כ'הייס ישראליק... כ'הייס ישראָליק, נאָר ווען קיינער זעט ניט, וויש איך שטיל פֿון אויג אַראָפּ אַ טרער. נאָר פֿון מײַן טרויער, בעסער אַז מע רעדט ניט - צו וואָס דערמאָנען און מאַכן האַרץ זיך שווער. רעפריין... == שיר המספר על חייו של ילד בגיטו. הוא שורד, אמנם, את המצוקה. אך מעבר לתדמית ה"קשוחה" שהוא מפגין, מתגנבת הדימעה, כי נותר יתום מאב ומאם.
 
8

שטיל די נאַכט .[ שקט היה הלילה. ] מלים: הירש גליק. שטיל די נאַכט, איז אויסגעשטערנט. און דער פֿראָסט, האָט שטאַרק געברענט. צו געדענקסטו, וווּ איך האָב דיר געלערנט, האַלטן אַ שפּײַער, אין די הענט ? אַ מויד, אַ פּעלצל,און אַ בערעט. און האַלט אין האַנט, פֿעסט אַ נאַגאַן. אַ מויד, מיט אַ סאַמעטענעם פּנים. היט אָפּ דעם, שׂונאס קאַראַוואַן. געצילט, געשאָסן, און געטראָפֿן. האָט איר, קליינינקער פֿיסטויל. אַן אויטאָ אַ פֿוּלינקן, מיט וואָפֿן. פֿאַרהאַלטן האָט זי,מיט איין קויל ! פֿאַר טאָג פֿון וואַלד, אַרויסגעקראָכן. מיט שניי גירליאַנדן, אויף די האָר. געמוטיקטע פֿון, קליינקן נצחון. פֿאַר אונדזער נײַעם, פֿרײַען דור. שירו של המשורר, הפרטיזן, הירש גליק [שיר הפרטיזנים] הפעם על פרטיזנית. אשר השמידה משאית נושאת נשק וחמרי חבלה, לאויב. זאת עשתה – כמאמר השיר- באמצעות כדור אחד בלבד, מן האקדוח הזעיר, שבידה.
 
9

פֿרילינג. [אביב.] מלים: שמרקה קצ'רגינסקי. מנגינה : אברהם ברודנו. איך בלאָנדזשע אין געטאָ, פֿון געסל, צו געסל. און קען ניט, געפֿונען, קײן אָרט. ניטאָ איז מײַן ליבער, װוּ טראָגט,מען אַריבער ? מענטשן זאָגט, כאָטש אַ װאָרט עס לױכט אױף מײַן הײם, איצט דער הימל דער בלויער. װאָס זשע האָב איך איצטער דערפֿון? איך שטײ, װי אַ בעטלער, בײַ יעטװידן טױער . און בעטל, אַ ביסעלע זון. רעפֿריין: פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער. און ברענג מײַן ליבסטן, מײַן טרײַען צוריק. פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלויע, אָ נעם מײַן האַרץ מיט און ברענג עס צו מײַן גליק. איך גײ צו דער אַרבעט, פֿאַרבײַ אונדזער שטיבל. אין טרױער דער טױער פֿאַרמאַכט. דער טאָג איז צעהעלטער,די בלומען פֿאַרװעלקטע. זײ װיאַנען, פֿאַר זײ איז אױך נאַכט . אָט דאָ אינעם שאָטן, נאָך קענטיק דײַן טראָט איז, פֿלעגסט קושן מיך ליבלעך און צאַרט. ס'איז הײַ-יאָר, דער פֿרילינג, גאָר פֿרי אָנגעקומען. צעבליט האָט זיך, בענקשאַפֿט נאָך דיר. איך זע דיך, װוּ איצטער, באַלאָדן מיט בלומען. אַ פֿרײלעכער, גײסטו צו מיר. די זון האָט פֿאַרגאָסן, דעם גאָרטן מיט שטראַלן. צעשפּראָצט האָט די ערד, זיך אין גרין. מײַן טרײַער, מײַן ליבסטער. װו ביסטו פֿאַרפֿאַלן ? דו גײסט ניט אַרױס, פֿון מײַן זין. == שיר אופייני לחיפוש קרובי משפחה, אהובים וידידים אשר נעלמו. עיסוק אובססיבי, לאחר השואה. שרידי משפחות וקהילות מנותצות, מחפשים זה את זה בשרידי הגיטאות, או במחנות העקורים ברחבי אירופה.
 
10

פּאַפּיראָסן. [סיגריות] מנגינה : ריקלה גלזר. מלים הרמן יבלוקוף. רעפריין : קופּיטיע קויפֿט זשע פּאַפּיראָסן טרוקענע פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן קויפֿט זשע, ביליק בנאמנות קויפֿט און האָט אויף מיר רחמנות ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד. א. אַ קאַלטע נאַכט אַ נעפּעלדיקע פֿינצטער אומעטום, שטייט אַ ייִנגעלע פֿאַרטרויערט און קוקט זיך אַרום. פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט, אַ קאָשיק האַלט ער אין האַנט און זייַנע אויגן בעטן יעדן שטום. איך האָב שוין ניט קיין כח מער אַרומצוגייען אין גאַס, הונגעריק און אָפּגעריסן, פֿון דעם רעגן נאַס. איך שלעפּ אַרום זיך צום באַגינען, קיינער גיט ניט צו פֿאַרדינען אַלע לאַכן מאַכן פֿון מיר שפּאַס. רעפֿריין : קופּיטיע קויפֿט זשע פּאַפּיראָסן טרוקענע פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן. קויפֿט זשע, ביליק בנאמנות קויפֿט און האָט אויף מיר רחמנות ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד. קופּיטיע קויפֿט זשע שוועבעלעך אַנטיקן. דערמיט וועט איר יתום'מל דערקוויקן. אומזיסט מייַן שרייַען און מייַן לויפֿן קיינער וויל בייַ מיר ניט קויפֿן – אויסגיין וועל איך מוזן וווּ אַ הונט. ב מייַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלוירן זייַנע הענט, מייַן מאַמע האָט פֿון צרות, מער אויסהאַלטן ניט געקענט. יונג אין קבר זי געטריבן, בין איך אויף דער וועלט פֿאַרבליבן אומגליקליך און עלנט וווּ אַ שטיין. ברעקלעך קלייַב איך אויף צום עסן אויף דעם אַלטן מאַרק, אַן האַרטע באַנק איז מייַן געלעגער, אין דעם קאַלטן פּאַרק. און דערצו די פּאָליציאַנטן שלאָגן מיך מיט שווערדן, קאַנטן, ס´העלפֿטט ניט מייַן געבעטן, מייַן געוויין. רעפֿריין : קופּיטיע קויפֿט זשע.... ג איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל, אַ קינד פֿון דער נאַטור, מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט האָט זי אַ גאַנצן יאָר. מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער, לייַכטער ווערן פֿלעגט דער הונגער, ווען איך פֿלעג אַ קוק טאָן אויף איר. מיט אַ מאָל געוואָרן איז זי געוואָרן שוואַך און זייער קראַנק, אויף מייַנע הענט געשטאָרבן זי, אויף אַ גאַסן באַנק. און אַז איך האָב זי פֿאַרלוירן האָב איך אלץ שוין אָנגעוואָרן זאָל דער טויט שוין קומען אויך צו מיר. רעפֿריין : קופּיטיע קויפֿט זשע.... השיר על הילד המנסה להתפרנס מממכר סיגריות, "יבשות הן –הוא מעיד – מן הגשם, אינן רטובות " יתום מאב ומאם, נשרך עם אחותו הקטנה, אשר חלתה ומתה בזרועותיו. אך אין קונה לסיגריות, כך נידון, גם הוא, למוות ברעב. השיר אמנם נכתב בשנות העשרים של המאה שעברה, אך הפך לסמל ומצבה, לכמליון וחצי ילדים אשר ניספו בשואה. מושר בזעקה גדולה על ידי מנדי פטנקין. למנגינה של השיר, חיבר הרמן יבלוקוף שיר המתאר הוצאתם להורג של יהודים, באותן "אקציות" ידועות לשימצה. השיר נקרא : "זומער טאָג" [יום קיץ]
 
11

פּאָנאַר ווערטער: שמערקע קאַטשאַרגינסקי. * שטילער שטילער, לאָמיר שװײַגן, קבֿרים װאַקסן דאָ. ס'האָבן זײ פֿאַרפֿלאַנצט די שׂונאים: גרינען זײ צום בלאָ. ס'פֿירן װעגן צו פּאָנאַר צו, ס'פֿירט קײן װעג צוריק. איז דער טאַטע װוּ פֿאַרשװוּנדן און מיט אים דאָס גליק. שטילער, קינד מײַנס, װײן ניט אוצר, ס'העלפֿט ניט קײן געװײן. אונדזער אומגליק װעלן שׂונאים סײַ װי ניט פֿאַרשטײן. ס'האָבן ברעגעס אױך די ימען. ס'האָבן תּפֿיסות אױכעט צאַמען, נאָר צו אונדזער פּײַן קײן ביסל שײַן קײן ביסל שײַן. װוּ די װיליע אַ געשמידטע האָט אױך געיאָגט אין פּײַן, ציִען קריעות אײַז דורך ליטע , איצט אין ים אַרײַן. ס'װערט דער חושך װוּ צערונען פֿון דער פֿינצטער לײַכטן זונען רײַטער קום געשװינד, דיך רופֿט דײַן קינד. שטילער שטילער, ס'קװעלן קװאַלן אונדז אין האַרץ אַרום. ביז דער טױער װעט ניט פֿאַלן, מוזן זײַן מיר שטום. פֿרײ ניט קינד זיך, ס'איז דײַן שמײכל איצט פֿאַר אונדז פֿאַראַט, זען דעם פֿרילינג זאָל דער שׂונא װי אין האַרבסט אַ בלאַט. זאָל דער קװאַל זיך רואיִק פֿליסן שטילער זײַ און האָף מיט דער פֿרײַהײט קומט דער טאַטע שלאָף זשע קינד מײַן, שלאָף. װי די װיליע אַ באַפֿרײַטע װי די בײמער גרין באַנײַטע לײַכט באַלד פֿרײַהײטס ליכט אויף דײַן געזיכט. == שירו המצמרר של שמרקה קצ'רגינסקי המושר כשיר ערש. על אחד מאתרי ההרג הנוראיים, ביערות מסביב לעיר ווילנה. "שקט שקט בני נחרישה, כאן צומחים קברים" ...לבלי שוב הלך לו אבא ועימו האור." בהקראת השיר הזה סיים גדעון האוזנר, את נאום הקטיגוריה במשפטו של אדולף אייכמן.
 
12

טרעבלינקאַ. אין אַ קליין שטעטל, גאַנץ מאָרגן פֿאַר טאָג, עס הערט זיך אַ יאָמערן אַ געוויין און אַ קלאָג, מענטשן האַלב נאַקעט, פֿון די בעטן אַרויס, יידן טרײַבט מען, צו די באַן אַרויס. נישט פֿארשרײַבן קען די פֿעדער ווי עס דרייען זיך די רעדער, די וואַגאָנען זענען פֿיל דאָ פֿירט מען די ײִדן צום קידוש השם נאָך טרעבלינקאַ. אונדזערע ברידער פֿון יענער זײַט ים, זיי וועלן נישט פֿילן דעם ביטערן טעם, זיי וועלן ניט וויסן אונדזערע ביטערע נויט. אַז אונדז דערוואַרט יעדער טאָג דער טויט. די מלחמה וועט אויך אַמאָל נעמען אַן עק די וועלט וועט אַרומנעמען אַ גרויסזאַמע שרעק. אָן געפֿילט מיט ווייטיק דאָס יידישע האַרץ, ווער קען פֿאַרשטיין אונדזער שמערץ. טײַכן טרערן וועלן רינען, ווען מען וועט אַמאָל געפֿונען דעם גרעסטן קבֿר אין דער וועלט. דאָרט ליגן מיליאָנען אויף קידוש השם : אין טרעבלינקאַ, אין טרעבלינקאַ. * השיר מספר על "אקציה" גירוש יהודי עיירה אל רכבות המוות המובילות לטרבלינקה. ושואל המשורר, האם מודעים אחינו מעבר לים, לאסון הנורא? מליונים קבורים שם בטרבלינקה, הקבר הגדול בעולם. כך המשורר. בפועל נרצחו במחנה כ -700 אלף יהודים. הוא לא היה מודע, כפי הנראה, על מקום נורא יותר, בשם – אושוויץ בירקנאו.
 
13

ערבֿ יום-כּיפּור. טעקסט און מוזיק : מ. געבירטיג. ערבֿ יום-כּיפּור, שוין טריבלעך אין גאַס, די זון רויט פֿון בושה, צו אפֿשר פֿון כּעס אַראָפּ ערגעץ נידער - דעם מערבֿ-זײַט הימל צעברענט. ס´איז ערבֿ יום-כּיפּור, נאָך מנחה פֿאַרנאַכט, און דאָ שטייען שולן, וווּ תּפֿיסות פֿאַרמאַכט, אויף זייערע טויערן די שלעסער ווי קייטן אויף הענט. ערבֿ יום-כּיפּור - ווי לאַנג נאָך, ווי לאַנג? אין ײִדישע גאַסן אַ טומל, אַ דראַנג ,פֿון אַלע זיַיטן, ראָגן, דער עולם צום דאַווענען שפּאַנט, די בענק און די שטענדערס אין שולן באַזעצט - הײַנט שטייען זיי ליידיק, פֿאַרשעמט און פֿאַרלעצט זינט הונדערטער יאָרן דאָס ערשטע מאָל הײַנט אַזאַ שאַנד. ערב יום-כּיפּור ! אַ מנין די צאָל פֿאַרשפּאַרט אין אַ שטוב ווי אין שפּאַניע אַמאָל, געהילט אין טליתים - אין דרויסן שטייט איינער און היט. בײַם שיַין פֿון אַ יאָרציַיט, וואָס ברענט אויף דער שאַנק, דערהערט זיך אַ קול, אַזאַ טרויעריק געזאַנג, דערהערט זיך דאָס ליד, דאָס אַלטע מאַראַנישע ליד, אוי, אוי-אוי, אוי-אוי, וויי ! אוי, וויי כּל-נדרי ! שירו של מרדכי גבירטיג על גיטו קרקוב הכבוש בידי הכובש הנאצי. העיר אשר שקקה חיים יהודיים, נצורה, סגורה ומסוגרת. מנין יהודים מתכנס להתפלל תפילת כל-נדרי, בדירה מבודדת, מפחד הקלגסים הנאציים. זהו אחד משיריו האחרונים של גבירטיג, אם לא האחרון שבהם. נרצח ע"י קלגס נאצי, בדרך, אל גיא הריגה, ביערות המקיפים את קראקוב העיר.
 
../images/Emo41.gif

מייַן שטעטעלע בעלז . [עיירתי בלז.] מלים: יעקב יעקבס. מנגינה: אלכסנדר אולשנסקי . - דערצייל מיר אַלטער, דערצייל מיר געשווינד. ווײַל איך וויל וויסן אַלעס אַצינד. וווּ זעט אויס דאָס שטיבל. וואָס האָט אַמאָל געגלאַנצט, צו בליִט נאָך דאָס ביימעלע, וואָס איך האָב פֿאַרפֿלאַנצט ? - דאָס שטיבל איז אַלט, פֿאַרוואַקסן מיט מאָכן גראָב. דער אַלטער דאַך דערפֿאַלט, די פֿענצטער, אָן אַ גלאָז. דער גאַניק, איז קרום. צעבויגן די ווענט. דו וואָלס'ט דאָס שוין מער גאָרניט דערקענט. רעפֿריין: בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז, מייַן היימעלע, וווּ איך האָב מייַנע קינדערשע יאָרן פֿארבראַכט. זענט איר געווען אַמאָל אין בעלז ? מייַן שטעטעלע בעלז, אין אָרעמען שטיבעלע, מיט אַלע קינדערלעך דאָרט געלאַכט. יעדן שבת פֿלעג איך לויפֿן דאָרט מיט חבֿרים גלייַך. זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע, ליינען בייַ דעם טייַך. בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז, מייַן היימעלע וווּ כ'האָב געהאַט די שיינע חלומות אַ סך. == אחד השירים הידועים בעם היהודי. קינה על הבית שחרב, ערים שהפכו שממה. בתי אב שהתרוקנו.
 

p a l o m a

New member
../images/Emo140.gif בן אהרון כל הכבוד! אני

מדפיסה את כל השירים לנכדי בן ה ש ב ע שהתחיל להתעניין ב"שפה המוזרה הזאת"..(כדבריו)וגם מנסה לדבר אותה פה ושם...
 

אנימו

New member
פלומה- את השיר על בעלז - את לא

לא חייבת להעביר לילד....אני בוכה כבר למקרא המילה הראשונה....
לבן-אהרון - כל הכבוד על ההעלאה על המסך.
 

גסטי1

New member
יישר כח!

אשריך ישראל שאלו (או שאֶלִי...) הם בניך. ככל שאתה מרבה בהענקת השירים מאוצרותיך, כן גדלות הציפיות ממך לקראת ה- 22.9.05 והמבין יבין. ה"שדכן" מטבעון.
 
למעלה