תיקון
בטקסט שהבאתי מקודם נשמטו כמה שורות של מלים. להלן הנוסח המתוקן : פֿרילינג. [אביב.] מלים: שמרקה קצ'רגינסקי. מנגינה: אברהם ברודנו. איך בלאָנדזשע אין געטאָ, פֿון געסל, צו געסל. און קען ניט, געפֿונען, קײן אָרט. ניטאָ איז מײַן ליבער, װוּ טראָגט,מען אַריבער ? מענטשן זאָגט, כאָטש אַ װאָרט עס לױכט אױף מײַן הײם, איצט דער הימל דער בלויער. װאָס זשע האָב איך איצטער דערפֿון? איך שטײ, װי אַ בעטלער, בײַ יעטװידן טױער . און בעטל, אַ ביסעלע זון. רעפֿריין: פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער. און ברענג מײַן ליבסטן, מײַן טרײַען צוריק. פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלויע, אָט נעם מײַן האַרץ מיט און ברענג עס צו מײַן גליק. איך גײ צו דער אַרבעט, פֿאַרבײַ אונדזער שטיבל. אין טרױער דער טױער פֿאַרמאַכט. דער טאָג איז צעהעלטער, די בלומען פֿאַרװעלקטע. זײ װיאַנען, פֿאַר זײ איז אױך נאַכט . פֿאַרנאַכט אױף צוריקװעגס, עס נױעט דער טרױער. אָט דאָ האָסטו, ליבסטער געװאַרט. אָט דאָ אינעם שאָטן, נאָך קענטיק דײַן טראָטן פֿלעגסט קושן מיך ליבלעך און צאַרט. רעפֿריין: פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער... ס'איז הײַ-יאָר, דער פֿרילינג, גאָר פֿרי אָנגעקומען. צעבליט האָט זיך, בענקשאַפֿט נאָך דיר. איך זע דיך, װוּ איצטער, באַלאָדן מיט בלומען. אַ פֿרײלעכער, גײסטו צו מיר. די זון האָט פֿאַרגאָסן, דעם גאָרטן מיט שטראַלן. צעשפּראָצט האָט די ערד, זיך אין גרין. מײַן טרײַער, מײַן ליבסטער. װו ביסטו פֿאַרפֿאַלן ? דו גײסט ניט אַרױס, פֿון מײַן זין. רעפֿריין : פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער...