ועוד אם מדברים על שירים
קראתי באחד השרשורים הקודמים על השיר על מוכר הסיגריות מכיכר שלושת הצלבים. לא היכרתי שיר כזה וביקשתי מהמנהלת הנחמדה שלכם לאתר לי את המילים. כשקיבלתי אותם זיהיתי מייד שזה שיר מאוד מפורסם שנכתב ביידיש ב-1922 בשם פּאַפּיראָסן papirosn. המחבר הוא הרמאן יבלונקה, 1981-1903. אפשר לשמוע אותו ביידיש
בלינק הזה. למי שהוריו יודע יידיש הרי המילים במקור: אַ קאַלטע נאַכט אַ נעפּלדיקע פֿינסטער אומעטום, שטײט אַ ייִנגעלע פֿאַרטרױערט און קוקט זיך אַרום. פון רעגן שיצט אים נאָר אַ װאַנט, אַ קאָשיקל האַלט ער אין האַנט, און זײַנע אױגן בעטן יעדן שטום. איך האָב שױן ניט קײן כּוח מער אַרומצוגײן אין גאַס, הונגעריג און אָפּגעריסן פֿון דעם רעגן נאס. איך שלעפּ אַרום זיך פֿון באַגינען, קײנער גיט נישט צו פֿאַרדינען, אַלע לאַכן, מאַכן פֿון מיר שפּאַס. קופּיטיע קױפֿט זשע, קױפֿט שע פּאַפּיראָסן, טרוקענע פֿון רעגן נישט פֿאַרגאָסן. קױפֿט זשע ביליק בנאמנות, קױפֿט און האָט אױף מיר רחמנות, ראַטעװעט פֿון הונגער מיך אַצינד. קופּיטיע קױפֿט זשע שװעבעלאַך אַנטיקן, דערמיט װערט איר אַ יאָסימל דערקװיקן. אומזיזט מײַן שרײַען און מײַן לױפֿן, קײנער װיל בײַ מיר ניט קױפֿן, אױסגײן װעל איך מוזן װי אַ הונט. םײַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלױרן זײַנע הענט, מײַן מאַמע האָט די צרות מער אױשאַלטן נישט געקענט. יונג אין קבֿר זי געטריבן, בין איך אױף דער װעלט פֿאַרבליבן, אומגליקלעך און עלנט װי אַ שטײן. ברעקלעך קלײַב איך אױף צום עסן אױף דעם קאַלטן מאַרק, אַ האַרטע באַנק איז מײַן געלעגער אין דעם קאַלטן פּאַרק. און דערצו די פּאָליציִאַנטן, שלאָג מיך שװערן קאַנטן, ס´העלפֿט ניט מײַן בעטן, מײַן געװײן. איך האָב געהאַט אַ שװעסטערל, אַ קינד פֿון דער נאַטור, מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט האָט זי אַ גאַנץ יאָר. םיט איר געװען איז מיר פֿיל גרינגער, לײַכטער װערן פֿלעגט דער הונגער, װען איך פֿלעג אַ קוק טאָן נאָר אױף איר. םיט אַמאָל געװאָרן איז זי שװאַך און זײער קראַנק, אױף מײַנע הענט איז זי געשטאָרבן אױף אַ גאַסנבאַנק. און אַז איך האָב זי פֿאַרלױרן, האָב איך אַלץ אָנגעװױרן, זאָל דער טױט שױן קומען אױך צו מיר.