באבקע מעשות! אוואדע.
איך חזר איבער נאך אמאל אז איך מיין גארנישט, אבער די "הכללות" לאזען איבער אזא מין אומבאטאמטען נאך-טעם אין מויל... מיינסט דען טאקע אז אלע פרומע זיינען סאדיסטען וואס פייניגען קעץ? צו אז אלע פרומע האלטען אז יידיש איז נישט קיין שפראך? איך האב דיר דאס פון לאנג געוואלט זאגען, אז מיין מיינונג איז אז ס´געווען א פאר בחורים אויבער-חכמים וואס וואס דו האסט נאר געזאגט האט זיי געשפארט צו זאגען פארקערט, וואס האבען סתם געוואלט ווכחענען. קענסט די טיפ? לויט די תגובות וואס דו האסט באקומען וועסט דו זעהן איך בין נישט די איינציגע וואס האט אזוי פארשטאנען, על ה´ ועל משיחו ועל ננתקה... אלענפאלס, א גוטע נאכט